
אַ דיכטער, אַן עסעיִסט, אַ רעדאַקטאָר און אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער. געב. אין 1920 אינעם שטעטל קופּעל, אוקראַיִנע. אַלס פּאָעט דעביוטירט אין סאָוועטישער ייִדישער פּרעסע אין זײַן פֿריִער יוגנט. זיך געלערנט אינעם ייִדישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין זשיטאָמיר און אויף דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿונעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט אינעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. געאַרבעט אַלס לערער אינעם סטאַלינדאָרפֿער ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען אין עוואַקואַציע אין טורקמעניע. נאָך דער מלחמה געאַרבעט אין רוסישע און אוקראַיִנישע צײַטונגען, אין אָנהייב 70ער יאָרן – אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג"ביראָבידזשאַנער שטערן. זינט 1973 געאַרבעט אין רעדאַקציע פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל סאָוועטיש היימלאַנד (נאָך 1991 האָט דער זשורנאַל געהייסן די ייִדישע גאַס). אין 1996 עמיגריט קיין פֿש״אַ. רעדאַגירט דעם זשורנאַל די צוקונפֿט.
געשטאָרבן אין 2003 אין ניו־יאָרק.
לידער־זאַמלונג:
חנוכּת־הבית, סאָוועטסקי פּיסאַטעל, מאָסקווע, 1979.
אַנדערע ביכער אויף ייִדיש:
אויף ברייטע רחבֿותן. פֿאַרצייכענונגען, ביבליאָטעק פֿון סאָוועטיש היימלאַנד, מאָסקווע, 1982.
אַלף־בית, כאַבאַראָווסקער ביכער־פֿאַרלאַג: 1982.
צו דער מענדעלע־פֿאָרשונג. ליטעראַטור־פֿאָרשערישע אַרטיקלען, ביבליאָטעק פֿון סאָוועטיש היימלאַנד:, מאָסקווע, 1986.
רעטענישן (מיט אַ פּאַראַלעלער רוסישער איבערזעצונג), מאַליש: מאָסקווע, 1990.
אַלף־בית אין בילדער, מאליש: מאָסקווע, 1990.
ייִדישע פֿאָלקס־ווערטלעך (מיט אַ פּאַראַלעלער רוסישער איבערזעצונג), מאַליש: מאָסקווע, 1990.
די וועגן, וואָס מיר אַנטדעקן. פֿאַרצייכענונגען, עסייען, סאָוועטסקי פּיסאַטעל: מאָסקווע, 1991.
לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. איקוף: ניו־יאָרק, 2011.
