געב׳ איז טעלעכאַן, מינסקער, שפּעטער פּאָלעסיער געגנט. זײן פאָטער, ישראל־דוד, איז געװען אַ פֿרומער, האָט זיך פאַרנומען מיט מלומדות, און איז אַ צײט געװען אַן אַרענדאַר אין דאָרף װיאַדע. ג׳ האָט געקראָגן אַ טראַדיציאָנעלע דערציאונג, געלערנט בײ זײן פאָטער ײדישע לימודים. שפּעטער, אונטער דער השפּעה פון דער אומלעגאַלער סאָציאַליסטישער ליטעראַטור, איז ער פאַרכאַפּט געװאָרן פון דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג און געװען אײנער פון די גרינדערס פון „קלײנעם בונד“. צו 15 יאָר איז ער אין אײנעם מיט די עלטערן אַריבערגעפאָרן קײן װאַרשע, װאו ער איז געװאָרן אַ לערנײנגל אין אַ שלאָסער־װאַרשטאַט. צו 17 יאָר האָט ער אָנגעהױבן אַרבעטן אין אַ מעטאַל־פאַבריק. האָט זיך גלײכצײטיק אָפּגעגעבן מיט אַלײן־בילדונג און אַ סך געלײענט פון די רוסישע, פּױלישע און דײטשע קלאַסיקער. ג׳ האָט אין װאַרשע אָנגעהױבן שרײבן לידער און דערצײלונגען. האָט זײנע שאַפונגען געװיזן פּרצן, און פּרץ האָט אים געמוטיקט װײטער צו שרײבן. סוף 1912 איז ער װי אַ רעקרוט פון דער צאַרישער אַרמײ געשיקט געװאָרן קײן קאַװקאַז, און אין 1914, בײם דורכשנײדן די קאַרפּאַטן אױפן שלאַכט־פראָנט, איז ער פאַרװאונדעט געװאָרן. אין אָנהײב 1918 איז ער געפֿאַנגען געװאָרן פון די עסטרײכער, אָבער עס איז אים באַלד געלונגען צו אַנטלױפן פון לאַגער קײן װאַרשע, און פון דאָרטן צוריק קײן רוסלאַנד. ער איז נאָך געװען אַ קורצע צײט אין דער אַרמײ, און שפּעטער זיך אָנגעשלאָסן אָן דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אין 1921 איז ער אָנגעקומען אין מאָסקװער בריוסאָװס ליטעראַרישן אינסטיטוט, און דאָרט געלערנט צװײ יאָר. ג׳ האָט צוערשט געשריבן לידער (זײ אין ערגעץ ניט געדרוקט), אָבער זינט 1921 האָט ער געשריבן בלױז פּראָזע. איז אָנהײב, דער עיקר װעגן מלחמה און דעם בירגערקריג, און אין אַן אײגנאַרטיק־סימבאָליסטישן סטיל. זײן ערשטע דערצײלונג, א״נ „רעגעס“, איז געװען געדרוקט אין מאָסקװער אמת (1921), שפּעטער האָט ער זיך געדרוקט אין מינסקער שטערן. אין שטראָם, און אין אַנדערע זשורנאַלן און צײטונגען. ער איז געװאָרן אײנער פון די פונדאַמענט־לײגערס פון דער סאָװעטיש־ײדישער פּראָזע. ער האָט אױך געשריבן דראַמאַטישע װערק, איבערגעזעצט אַ סך ביכער פון רוסיש, און אױך צונױפגעשטעלט אַ ליטעראַרישע אַנטאָלאָגיע. ג׳ איז געװען 2 מאָל אין ביראָבידזשאַן, װאו ער האָט געהאָלפן גרינדן ײדישע שולן, ביבליאָטעקן, און פאַרשטאַרקן די קולטור־אַרבעט. קורץ נאָכן דײטשן אָנפאַל אױף סאָװעט־רוסלאַנד, פרילינג, 1941, איז ער אַװעק מיט די פּאַרטיזאַנער קעמפן. אין זומער 1942 איז ער צוריקגעקומען אױף אַ קורצן אורלױב קײן מאָסקװע. ער האָט זיך דערנאָך צוריקגעקערט אין די הינטערשטע ליניעס פֿון פראָנט, און איז דאָרטן אומגעקומען. אין בוכפאָרם: טאָג אַנטקעגן, מאָסקװע, 1942, 127 ז׳; דער מענטש מיט דער ביקס, ראָמאַן, צװײ ב׳, מאָסקװע, 1928 (אַרױס עטלעכע אױפלאַגעס); פיגורן אױפן ראַנד, דערצײלונגען, קיעװ, 1929, 251 ז׳; דזשים קופּערקאָפּ. דראַמאַטישער פּאַמפלעט, מאָסקװע, 1930, 151 ז׳ (אױפגעפירט געװאָרן דורך „אַרטעף“, נ״י); קאַװקאָס הערש, כאַרקאָװ, 1933, 15 ז׳; די הײליקע שקלאָװער לבנה. 1936; דער ערשטער, מאָסקװע, 1938, 12 ז׳; דער יום טוב פון פרײנדשאַפט, מאָסקװע, 1939, 46 ז׳; אַנדערע מענטשן, דערצײלונגען, מאָסקװע, 1940, 288 ז׳; זאַװעלער טראַקט, א״א דערצײלונגען, נ״י, 1950, 247 ז׳. האָט איבערגעזעצט: ל. סײפולינאס, ערד־זאַפט, מאָסקװע, 1924, 158 ז׳, און װיריניעיאַ, מאָסקװע, 1925, 146 ז׳; פּ. גלאַדקאָװס צעמענט, ראָמאַן, מאָסקװע, 1927, 334 ז׳; מ. ראָזאַנאָװס, קאָסטיאַ ריאַבצעװס טאָג־בוך, מאָסקװע, 1928, 222 ז׳; יורי אַליאָשאַס, קנאה, ראָמאַן, מינסק, 1931, 137 ז׳; מאַקסים גאָרקיס, קלים סאַמגינס לעבן, מאָסקװע, 1937. ג׳ האָט אױך צונױפגעשטעלט (אין אײנעם מיט י. ראַבינאָװיטש): אױף באַריקאַדן, רעװאָלוציאָנערע שלאַכטן אין דער אָפּשפּיגלונג פון דער קינסטלערישער ליטעראַטור, כאַרקאָװ, 1930, 300 ז׳.
מ. מיזשעריצקי, רױטע װעלט, כאַרקאָװ, סעפּט׳־אָקט׳, 1931; מ. כאַשטשעװאַצקי, רױטע װעלט, אױג׳, 1931; י. בראָנשטײן, אַטאַקע, מינסק, 1931, ז״ז 194–218; א. װעװיאָרקע, דער סטיל פון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור, כאַרקאָװ, 1932, ז׳ 28; ד. מאַניעװיטש, מאָרגן־פרײהײט, נ״י, 2 מאַי, 1932; ש. ניגער, טאָג, נ״י, 16 דעצ׳, 1934; א. אבטשוק, עטיודן און מאַטעריאַלן, כאַרקאָװ, 1932, ז״ז 27–29, 50, 51, 61; מ. נאַטאָװיטש, אײניקײט, מאָסקװע, 24 פעב׳, 1945; נ. י. גאָטליב, סאָװעטישע שרײבער, מאָנטרעאָל, 1945, ז״ז 88, 92 און אסתר (גאָדינער) מילער, הקדמה צום בוך זאַװעלער טראַקט, נ״י, 1950, ז״ז 9–13; דוד כנעני, ואריה שמרי, לא אמות כי אחיה, מרחביה, תשי״ז ־ 1957.
ז. ד. און א. פּ.
