געב. אין גראָדנע אין אַן אַרבעטער־פאַמיליע. ביז 13 יאָר געלערנט אין תלמוד תורה,
דערנאָך געלערנט זיך שנײדערײ. אַרײנגעצױנן געװאָרן
אין דער בונדישער באַװעגונג, האָט ער (1905) געמוזט אַנטלױפן פון רוסלאַנד. ער האָט זיך באַזעצט
אין לידס, ענגלאַנד, און געשריבן קאָרעספּאָנדענציעס
פאַר דעם אַנאַרכיסטישן אַרבײטער פרײנד, 1906 אַװעק
קײן אַמעריקע. זינט 1913 איז ער געװען פאַרזיכערוננס־אַגענט אין שיקאַגאָ. ער האָט דאַן מיטגעאַרבעט
אין דער אָרטיקער אידישער אַרבײטער־װעלט און אױך
אין דער פאַ״ש. נ״י. 1917 איז ער, אין אײנעם מיט
אַ גרופּע רוסישע פּאָליטישע עמיגראַנטן, געקומען קײן
פּעטראָגראַד און זיך באַטײליקט אין דער אָראַניזאַציע
פון די באָלשעװיסטישע ײדישע קאָמיסאַריאַטן אין דער
פּראָװינץ. סוף 1918 איז ער געװאָרן קאָמיסאַר פאַר
ײדישע ענינים אין װיטעבסקער גוב. װי אַ צײטװײליקער פאַרטרעטער פון ײדישן קאָמיסאַר, ש. דימאַנטשטײן, אין מאָסקװע, האָט ער אַרױסגעגעבן דעם דעקרעט װעגן פאַרמאַכן די ײדישע קהילות. אױג. 1919
קומט ער צוריק קײן אַמעריקע, װאו ער פאַרעפנטלעכט
אַרטיקלען װעגן סאָװעט־רוסלאַנד. דאַן קערט ער זיך
אום צוריק קײן רוסלאַנד, װאו ער רעדאַקטירט ביכער,
צײטונגען און זשורנאַלן. ער שרײבט אין דער ײדישער
סאָװעטישער פּרעסע אױך אונטער די פּסעװדאָנימען:
בן־חײם, שמואל סיניער, שמואל אלף. אין דעם ערשטן
נומער פון דער ערשטער ײדישער קאָמוניסטישער
צײטונג װאַרהײט דרוקט ער אָפּ אַן אַרטיקל װעגן יוסף
באָװשאָװערן. אין 1918 גיט ער אַרױס באָװשאָװערס
געקליבענע לידער מיט זײנער אַ הקדמה (32 ז׳).
ער שרײבט אױך װעגן דוד עדעלשטאַטן. אין זײנע
ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען שטעלט ער זיך אײן
פאַר „רעהאַביליטירן די פּראָלעטאַרישע מסורה אין
דער ײדישער ליטעראַטור“. יאָרן לאַנג איז ער געװען
פאַרװאַלטער פון פּאַרטײ־אַרכיװ בײם צ.ק.ק.פּ. (ב)
װ., װי אױך מיטאַרבעטער פון מינסקער אינסטיטוט
פאַר ײדישער פּראָלעטאַרישער קולטור. פאַרמאָגנדיק
גאַנץ װינציק װיסן, האָט ער דאָך געשריבן אַ סך
אױף פּאָליטיש־געשיכטלעכע און ליטעראַטור־היסטאָרישע טעמעס, באַזונדערס קעגן „בונד“, װעגן ײדישן
אַנטײל אין דער רוסישער רעװאָלוציע און װעגן דער
סאָציאַליסטישער ליטעראַטור אױף ײדיש. ער האָט אױך
געשריבן אַרטיקלען פאַרן שפּראַכפראָנט, קיעװ, און
לינגװיסטישע זאַמלונגען, ב. 2, מינסק. זינט סוף 1948
איז זײן גורל, אַזױ װי דער גורל פון אַנדערע סאָװעטיש־ײדישע שרײבער, אומבאַקאַנט. אין בוכפאָרם: דער ײדישער אַרבעטער אין דער קאָמוניסטישער
באַועגונג (1917–1921), פאָרװאָרט פון ש. דימאַנטשטײן, מינסק, 1925, 176 ז׳; די ײדישע קאָמיסאַריאַטן
און די ײדישע קאָמוניסטישע סעקציעס (1918–1921),
דאָרט, 1928, 460 ז׳; אַפן היסטאָרישן פראָנט, מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1930, 175 ז׳; די רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג אין װײסרוסלאַנד, דאָרט, 1931, 270
ז׳; דער מאָסקװער פּראָלעטאַריאַט אַף די באַריקאַדעס
(1905), דאָרט, 1931, 54 ז׳; די אָקטיאַבער־שלאַכטן
אין מאָסקװע, מאָסקװע, 1933, 116 ז׳; די סאַציאַליסטישע ליטעראַטור אַף ײדיש אין 1875–1897, ב.
2, מינסק, 1935, 425 ז׳; דער קאַמף קעגן בונד,
מאָסקװע, 1935, 253 ז. אָ׳ האָט איבערגעזעצט (און
געשריבן דעם פאָרװאָרט) װ. קנאָרינס: 1917 יאָר אין
װײסרוסלאַנד און אַפן מאַירעו־פראָנט. מינסק, 1927,
96 ז׳. אָ׳ האָט רעדאַקטירט: דער פרײער אַרבעטער,
ט״צ, אָרגאַן פון קאָמוניסטן־באָלשעװיקעס, װיטעבסק,
1918 (דערשינען פון 7טן נאָװ., 1918, ביז דעם 11טן
אַפּריל, 1919); קאָמוניסטישע װעלט, פּאָליטיש־ליטעראַרישער זשורנאַל, 2 מאָל אַ חודש, אָרגאַן פון צ.ק.ק.פּ. (ב) און צ.ב. פון די אידסעקציעס, מאָסקװע,
1919 (דערשינען פון 1טן מאַי, 1919, ביז אַפּריל,
1920); װינטשעװסקי מאָריס: קאַמפס־געזאַנגען,
מינסק, 1924, 38 ז׳; דער שטערן, חודש־זש., אין
אײנעם מיט ב. אָרשאַנסקי, ב. אָשעראָװיטש, איזי
כאַריק א״אַ, דאָרט, 1925; 1905 אין װײסרוסלאַנד,
זמ״ב (מיט אַ פאָרװאָרט), דאָרט, 1925, 225 ז׳;
די אָקטאָבער־רעװאָלוציע אין װײסרוסלאַנד. זמ״ב,
דאָרט, 1927, 360 ז׳; עדעלשטאַט, לידער פון קאַמף
און נױט (מיט אײנלײטונג), מאָסקװע, 1930, 180
ז׳; באָװשאָװער, י., געקליבענע לידער (מיט אַן אַרײנפיר), „צענטער“ — פ״ג, מינסק, 1931, 190 ז׳;
אַפן װיסנשאַפטלעכן פראָנט, ביולעטין פון אינסטיטוט
פאַר ײדישער פּראָלעטאַרישער קולטור פון דער װײסרוסישער װיסנשאַפט־אַקאַדעמיע, דאָרט, 1932–1935,
נומערן 1–8; לענין קעגו בונד (מיט אַ פאָרװאָרט),
דאָרט, 1933, 67 ז׳; קעגן בונד, זמ״ב (אַרטיקלען
פון ש. אָ. און אַנדערע), דאַרט, 1935, 23–343 (5)
ז׳; געקליבענע װערק (אין דרײ בענד) פון ד. עדעלשטאַט, אין אײנעם מיט אַ. לעװיטאַן, ק. מרמר און מ.
עריק, קיעװ, 1935 (דריטער באַנד ניט דערשינען);
געקליבענע װערק (געזאַמלט זײ אין 6 בענד) פון
מאָריס װינטשעװסקי, אין אײנעם מיט מ. לעװיטאַן,
ק. מרמר און מ. עריק, באַנד 5, דראַמעס, מינסק,
1935, 278 ז׳ (די אַנדערע בענד זײנען ניט דערשינען); איזי כאַריק (צו זײן 15יאָריקן דיכטערישן
װעג), זמ״ב, דאָרט, 1936, 136 ז׳.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1, ז׳ 41; ד. טשאַרני, אַ יאָר־צענדליק אַזאַ, נ״י, 1943, ז״ז 227, 250–253, 296; יעקב
לעשצינסקי, „סטאַלין און די אַמאָל באַרימטע אסתר פון
בונד“, פאָרװערטס, נ״י, 27 פעברואַר, 1932; ק. מרמר,
דוד עדעלשטאַט־בוך, נ״י, 1951 (זוכצעטל); אַלעקסאַנדער
פּאָמעראַנץ, „עדעלשטאַט אין דער סאָװעטיש־ײדישער
ליטעראַטור־קריטיק“, עדעלשטאַט געדענק־בוך, נ״י, 1953
(זובצעטל).
אַ. פּ.
