Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Byalik, Khayim-Nakhmen

Leksikon (vol 1) Volume 1 (alef-beys)

ביאַליק, חײם־נחמן

9 יאַנ., 1873 – 4 יולי, 1934

געב. אין דאָרף ראַדי, װאָלין, אוקראַינע. זײן פאָטער, יצחק־יוסף, איז געװען אַ ײד אַ למדן און אַ שטילער, גוטהאַרציקער מענטש, װאָס האָט זיך װינציק אױסגעטױגט אין פּראַקטישן לעבן. ער האָט געצױגן קאַרגע חיונה פון אַ באַשעפטיקונג בײ אַ װאַלד־מסחר, װאו ער איז צום טײל געװען נאמן, צום טײל אַ שטיקל שותף. אַהײם פלעגט ער קומען בלױז אױף שבת אָדער אַ יום טוב. ב׳־ס מוטער, דינה־ פרײדע, אַן אײדעלע פרױ, אָבער פאַרביטערט פון איר שװערער מערכה, איז תמיד געװען פאַרהאַװעט, פול מיט דאגות פאַר איר הױזגעזינד. דעם קלײנעם נחמנדל האָט מען געלאָזט אױף אײגענעם באַראָט. תמיד אַלײן, האָט ער צװישן װאַלד און פעלד אײנגעזאַפּט אין זיך זײנע ערשטע נאַטור־אײנדרוקן. װען ער איז אַלט געװען 6 יאָר, האָט די משפּחה זיך אַריבער געצױגן אין אַ פאָרשטאָט פון זשיטאָמיר, װאו זײן פאָטער האָט געעפנט אַ שענק. ער האָט לאַנג ניט אױסגעהאַלטן די שװערע פּרנסה און איז אין קורצן געשטאָרבן. די מוטער האָט דעם 7־יאָריקן יתום געמוזט איבערלאָזן בײ זײן זײדן, װאָס האָט געװאױנט אין אַ צװײטן עק שטאָט. שױן אין זײנע ערשטע חדר־יאָרן האָט ב׳ געקראָגן דעם שם פון אַן עילױ. ער האָט געהאַט חשק צו לערנען און איז גאָר פרי געװאָרן אַ פאַרברענטער לײענער. ער האָט זיך צוגעכאַפּט צו זײן זײדנס אַלמער מיט ספרים און געשלונגען אײנעם נאָכן אַנדערן ספרים פון דרוש, מוסר, הלכה, אגדה, מעשה־ביכלעך, קבלה, חקירה. מיט די קאָפּיקעס, װאָס ער האָט געקליבן אַ גאַנצן יאָר, האָט ער אָנגעהױבן זיך אײנשאַפן אַז אײגענע ביבליאָטעק. צו 11 יאָר האָט ער שױן געהאַט אַ שטיקל השגה פונעם כוזרי, פונעם מורה נבוכים. אַ ביסל שפּעטער זײנען על פּי צופאַל אים געקומען צו דער האַנט השכלה־ביכלעך. צו 13 יאָר איז ער אַרױס פון חדר און געזעצט זיך לערנען אין בית־המדרש פאַר זיך אַלײן. די נטיה צו שרײבן האָט אין אים דערװאַכט גאָר פרי. אין אַ שפּראַך, װאָס איז געװען אַ געמיש פון לשון קודש, תרגום־לשון מיט ײדישע װערטער, פלעגט ער שױן אין זײנע חדר־יאָרן פאַרשרײבן אַלץ, װאָס ער האָט געהערט פון זײנע חברים, דערנאָך — אַנדערע ענינים. אַלײן אין דער שטילקײט פונעם קלײנעם בית־המדרש האָט ער אָנגעהױבן שרײבן אױך שירים און מליצות. זײן אידעאַל איז געװאָרן די ישיבה אין װאָלאָזשין, װאו מ׳האָט צוזאַמען מיט תלמוד געלערנט אױך װעלטלעכע לימודים. נאָך אַ לאַנגן, שװערן קאַמף מיטן זײדן איז ב׳ אין 1888 אַװעק קײן װאָלאָזשין. זײן האָפענונג צו קריגן אין דער ישיבה אַלגעמײנע בילדונג װערט גיך צערונען. ער הײבט אָן זיך אָפּגעבן אין גאַנצן מיט לײענען, שרײבן און מיט לערנען זיך רוסיש. אחד העם און פרוג מאַכן אױף אים גאָר אַ באַזונדערס שטאַרקן רושם. ער װערט פאַרכאַפּט פונעם חיבת־ציון־געדאַנק, װאָס האָט אַרײנגעדרונגען אױך אין װאָלאָזשין. אָן קײן שום קאָנטאַקטן מיטן אחד־ העמיסטישן אָרדען בני משה, ניט װיסנדיק אַפילו פון זײן אױפקום, גרינדעט ב׳ אַ גרופּע פון די בעסטע ישיבה־בחורים — מיטן זעלביקן נאָמען. אױף דער אױפפאָדערוננ פון זײנע חברים שרײבט ער אָן אַ מאמר, אַ מין מאַניפעסט פון דער גרופּע „צום געדאַנק פון ישוב אין א״י“. אָן זײן װיסן, געצײכנט מיט די איניציאַלן ח. נ. ב., דרקט מען אָפּ זײן מאמר אין המליץ (1891). קורץ דערױף, און בסוד פון זײן זײדן, לאָזט זיך ב׳ אַװעק קײן אָדעס. אָן פרײנד און באַקאַנטע, לײדט ער שװערע נױט. אַ דאַנק עפּעס אַ צופֿאַל װערט זײן שיר „אל הצפּור“ אָפּגעדרוקט אין י. ח. ראַװניצקיס זמ״ב פּרדס, 1891. אַ קורצע צײט נאָך זײן ערשטן אַרױסטריט װי אַ דיכטער זײנען זײנע חברים אים מודיע, אַז זײן זײדע האַלט בײם שטאַרבן און משפּחה פאַרלאַנגט, ער זאָל קומען אַהײם. ער פאַרלאָזט אָדעס און פון ס׳נײ שטײט ער „אױף דער שװעל פון אַלטן בית־מדרש“ דער זײדע איז געשטאָרבן אַ קורצע צײט נאָך זײן צוריקקומען. געשטאָרבן פון שװינדזוכט איז אױך זײנער אַן עלטערער ברודער. משפּחה צװינגט אים חתונה צו האָבן. עטלעכע יאָר באַשעפטיקט ער זיך מיט װאַלד־מסחר און לעבט אין אַ װאַלד אין דער געגנט פון קיעװ. שפּעטער װערט ער לערער פון העברעאיש.

די אַלע יאָרן לערנט ער און לײענט אַ סך און דרוקט אָפט אין די העברעאישע זמ״ב, דער עיקר אין השלח. מיט יעדן נײעם ליד װערט ער אַלץ מער באַליבט בײ דער ײדישער אינטעליגענץ. 1899 געלינגט אים צו באַזעצן זיך אין אָדעס, װאו ער װערט לערער און פאַרװאַלטער פון אַ מאָדערנער העברעאישער שול. אין יענעם יאָר דרוקט ער אין דער װכ״ש דער יוד זײן ערשט ליד אין ײדיש: „אױפן הױכן באַרנ“. נאָכן פּאָגראָם אין קעשעניעװ, פרילינג 1903, פאָרט ער אין דער פּאָגראָמירטער שטאָט און שרײבט אין העברעאיש און אין ײדיש זײן באַרימטע פּאָעמע אין שחיטה־שטאָט. זי מאַכט אים באַקאַנט אין דער גאָרער ײדישער װעלט. די זעלבסטשוץ־אָרגאַניזאַציעס, װאָס זײנען דעמאָלט אױפגעקומען, זײנען אונטער דער שטאַרקער השפּעה פון ב׳־ס פּאָעמע. 1905 גרינדעט ער אין אָדעס, אין אײנעם מיט י. ח. ראַװניצקי, דעם פ״ג „מוריה“. די יאָרן ביז דער ערשטער װעלט־מלחמה זײנען די פּראָדוקטיװסטע אין זײן לעבן. ער שאַפט זײנע שטאַרקסטע פּאָעטישע װערק, דערצײלונגען און עסײען, אױך זײנע פאָרש־אַרבעטן איבער די העברעאישע פּאָעטן פונעם מיטלאַלטער. אין אײנעם מיט ראַװניצקין קלײבט ער אָפּ אגדות פונעם תלמוד, זעצט זײ איבער אױף ײדיש און גיט זײ אַרױס איז בײדע שפּראַכן. בשותפות מיט מענדעלען און ראַװניצקין (געצײכנט: בא״ר) זעצט ער איבער דעם 1טן טײל פון ספורי המקרא. דאָס האָט געזאָלט זײן דער אָנהײב פון אַן אַלגעמײנער תנ״ך־איבערזעצוננ אין ײדיש. מיטן אױסבראָך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה װערט די אַרבעט אָפּגעשטעלט. אין דעם פאַרמלחמהדיקן פּעריאָד האָט ב׳ איבערגעזעצט אױף העברעאיש װערק פון אברהם רייזען, ש״ע, ב. שאַפיר, ש. אַנ־סקי, בן־עמי. נאָך דער מערץ־רעװאָלוציע, 1917, לעבט ב׳ אַ צײט איז מאָסקװע. ער אַרבעט אינטענסיװ שרײבעריש. רעדאַקטירט העבדעאישע זמ״ב, איז ממשיך זײנע שטודיעס איבער די העברעאישע דיכטער פונעם מיטל־אַלטער און איז דערבײ באַטײליקט אין ײדישן געזעלשאַפטלעכן לעבן. 1921 פאַרלאָזט ב׳ סאָװעט־ רוסלאַנד און באַזעצט זיך אין בערלין. ער גרינדעט דעם פ״ג „דביר“ (בערלין־תל־אביב), גיט אַרױס אַ רײ װיכטיקע װערק, אױך לערן־ביכער, דרוקט איבער װערק פונעם פ״ג „מוריה“, װאָס אין די מלחמה־און רעװאָלוציע־יאָרן זײנען זײ פאַרשװאונדן פון ביכער־מאַרק. 1924 פירט ב׳ אַריבער דעם פ״ג „דביר“ קײן א״י. ער װערט אַ תושב אין תל אביב  — און דער מיטל־פּונקט פון גאַנצן קולטורלעבן אין נײעם ישוב. „דביר“ ברײטערט אױס זײן טעטיקײט און װערט אַ נאַציאָנאַלער פ״ג; צװישן די צענדליקער און צענדליקער װיכטיקע װערק גיט ב׳ אַרױס אױך אַ קאָמפּלעטע אױסגאַבע פון שלמה אבן גבירולס שירים, אַן ערשטן באַנד פון ר׳ משה אבן־עזראס שירים, מיט דערקלערונגען און הערות פון ביאַליק און ראַװניצקי; ער גיט זיך אױך אָפּ מיט איבערזעצן אױף העברעאיש קלאַסישע װעלט־פּאָעזיע. 1924 דערשײנט זײן איבערזעצונג פון שילערס װילהעלם טעל,      1929 — שעקספּירס יוליוס צעזאַר. 1926 איז ב׳ געקומען אױף אַ לענגערן באַזוך קײן אַמעריקע; 1931 האָט ער געמאַכט אַ רײזע קײן פּױלן. געשטאָרבן איז ער אין װין נאָך אַן אָפּעראַציע. געבראַכט געװאָרן צו קבורה אין  תל אביב, לעבן קבר פון אחד העם.

אין בוכפאָרם אין ײדיש: פון צער און צאָרן, אָדעס, 1906, 32 ז׳, 2טע אױפל., בערלין, 1922; דער מתמיד, איבערגעזעצט פון י. י. שװאַרץ, נ״י, 1908, 24 ז׳; די פּײער־מגילה, איבערגעז. פון י. י. שװאַרץ, נ״י,1909, 34 ז׳; אריה בעל־גוף, איבערגעז. פון מ. טײטש. װאַרשע, 1910, 76 ז׳; מאַרינקא, איבערגעז. פון שמעון גינצבורנ, אָדעס, 1911, 73 ז׳; פּאָעזיע (לידער און פּאָעמעס), װאַרשע, 1913, 135 ז׳; רי יהודה הלױס  ים־לידער, מעלאָדיע פון מוזיקער שניאור, װאַרשע, 1916, 3 ז׳; דאָס ײדישע בוך, איבערגעז. פון ז. קאָטליאַר, נ״י, 1918, 30 ז׳; נח און מאַרינקע, װאַרשע, 1921, 23 ז׳; שירים, לידער און פּאָעמען, בערלין, 1922, 111 ז׳; צװײ רעדעס, קאָװנע, 1930, 24 ז׳; לידער און פּאָעמען, מיט ב׳ס אױטאָביאָגראַפיע און אַרײנפירװאָרט פון ש. ניגער, נ״י, 1935, 291 ז׳; שריפטן, ײדיש: י. י. שװאַרץ, דעטראָיט, 1946, 134 ז׳; לידער און פּאָעמען, מינכען, 1948, 136 ז׳; די ײדישע אגדות, געקליבן פון תלמוד און מדרשים, באַאַרבעט (אין אײנעם מיט י. ח. ראַװניצקין), 4 ב׳, אָדעס, 1910; פאָטאָסטאַטישע אױסגאַבע, נ״י, 1948. ב׳־ס פּאָעזיע און פּראָזע איז איבערגעזעצט געװאָרן אין 22 שפּראַכן.

אַ באַזונדערן פּלאַץ אין דער ליטעראַטור פון און װעגן ב׳־ן פאַרנעמען די אַרבעטן בנוגע צו ביאַליק שבעל פּה, זײנע פּיקחותדיקע װערטלעך אין פּריװאַטע שמועסן און זײן װאָגיק װאָרט, װאָס ער האָט געהאַט צו זאָגן בײ װיכטיקע געלעגנהײטן אין ײדישן לעבן פון זײן תקופה. ער איז געװען פאַרבונדן כמעט מיט אַלע פירנדיקע ײדישע פּערזענלעכקײטן פון זײן צײט. זײן רײכע קאָרעספּאָנדענץ מיט זײ פאַרבלײבט אַן אוצר פאַרן ביאַליק־פאָרשער און פאַרן פאָרשער פון ליטעראַטור און געשיכטע בכלל. זײנע גרעסטע און װיכטיקסטע װערק האָט ב׳ געשאַפן אין העברעאיש, דאָך האָט אױך דער ײדישער ביאַליק אַ גרױסן באַדײט. ער האָט באַפרוכפּערט די ײדישע שפּראַך. „ביאַליקס ײדיש איז, אַזױ װי זײן העברעאיש,ניט פאַרגליװערט־טראַדיציאָנעל, נאָר פריש און לעבעדיק פאַרװאָרצלט אין דער שפּראַכלעכער טראַדיציע. און אָט די טיפע, זאַפטיקע און לעבעדיקע װאָרצלען פון זײן ײדיש, װי פון זײן העברעאיש, זײנען ניט קײן צופעליקע װאָרצלען, זײ ציען זײער יניקה פון דער גאַנצער גײסטיקער ירושה פון דעם ײדישן פאָלק“ (ש. נײער).

ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב 1; אַלנעמײנע ענציקלאָפּעדיע, ב. 5; בעל מחשבות, געקליבענע שריפטן װאַרשע, 1929, ז״ז 171–174, און געקליבענע װערק, שטײן־ביבליאָטעק, נ״י, 1953, ז״ז 221–250; י. ד. בערקאָװיטש, פאָרװערטס, 29 יאַנ.  און 19 פעב., 1933; ח. גרינבערג, ײד און װעלט, נ״י, 1953, ז״ז 123–134, 140, 243–259; ס. דובנאָװ־ערליך, פאָלקס־צײטונג, װאַרשע, 9 פעב., 1923; ב װלאַדעק, צוקונפט, יולי, 1916; ס. זאָלאָטאַריאָװ, שיקאַגאָ, יוני־יולי, 1934; ש. צ. זעצער, פיגורן, נ״י, 1928, ז״ז 11–27; י. י. טרונק, אידעאַליזם און נאַטוראַליזם אין דער ײדישער ליטעראַטור, װאַרשע, 1927, ז״ז 234–275; ד. טשאַרני, אַ יאָרצענדליק אַזאַ, נ״י, 1943, ז׳ 80; יהואש, צוקונפט, פעברואַר, 1911; ד״ר י. לאַנסקי, ספר ביאַליק, שיקאַגאָ, דעצ., 1934; נ. מײזיל, חײם־נחמן ביאַליק, װאַרשע, 1934, 64 ז׳, און צוקונפט, אױג, 1934; ש. ניגער: דאָס נײע לעבן, נ״י, יוני, יולי, אױג., 1921; צוקונפט, אױג, 1934; אײנלײטונג צום בוך: ח. נ. ביאַליק, לידער אװ פּאָעמען, נ״י, 1935; י. פּאַט, װאָכנשריפט פאַר ליטעראַטור, װאַרשע, 12 יולי, 1934; י. עלזעט, רשומות, נ״י, תרפּ״א, ז״ז 223–227; י. פיכמאַן, רעגנבױגן, ב אײרעס, 1954; ז. רובאַשאָװ,אידישער קעמפער, 19 יולי, 1935; ד״ר מ. רײזען, גרױסע ײדן, װאָס איך האָב געקענט, נ״י, 1950, ז״ז 63–79; א. ל. שוסהײם, די נײע צײט, ב אײרעס, 9 יולי, 1953, און אילוסטרירטע בלעטער, ב״א, 8 יולי, 1954; א. שערמאַן, דער מענטש ביאַליק, פילאַדעלפיע, 1936, 173 ז׳; ש. ניגער, „ח. נ. ביאַליקס בריװ צו זײן פרױ אין ײדיש“, טאָג־מ.־זשורנאַל, נ״י, 25 דעצ., 1955.   

ב. טש.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Rochelle, Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.