געב. אין קײדאַן, ליטע. צו 12 יאָר געבליבן אַ יתום נאָכן פאָטער. אין 1912 דעביוטירט אין לעבן און װיסנשאַפט, װילנע, שפּעטע זיך געדרוקט אין טונקעלערס „קרומען שפּיגל“, מאָמענט, װאַרשע, קענעדער אָדלער, מאָנטרעאָל. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה אַרױסגעשיקט געװאָרן קײן אוקראַינע. געדרוקט אַ גרעסערע דערצײלונג אין אונדזער לעבן, אָדעס. געלעבט שפּעטער אין כאַרקאָװ, געדרוקט לידער און פּאָעמעס אין: כאַרקאָװער צײטונג, זמ״ב קונסט־רינג. בעתן בירגער־קריג אין רוסלאַנד געלעבט אין קובאַן, קאַװקאַז, געװען לערער אין אַ העבר.־רוסישער פאָלקשול. 1920 — אין מינסק, געדרוקט אין שטערן, װעקער, 1921 צוריקגעקומען קײן ליטע, מיטגעאַרבעט אין פאַרשײדענע ײד. אױסגאַבעס, אױך אין פרײהײט, קונדס — נ״י. חוץ לידער, געדרוקט אױך רעצענזיעס, פּעדאַגאָגישע אָפּהאַנדלונגען. איבערגעזעצט אַ רײ לידער פון יעסענינען. 1925 עמיגרירט קײן אַרגענטינע. געדרוקט לידער, רעצענזיעס, פּובליציסטיק אין: די פּרעסע,דרום־אַמעריקע, רעדאַקטירט זשורנאַל נײע װעלט. געװען לערער אין שולן, געגרינדעט פון ײד. אַרבעטער־ אָרגאַניזאַציעס. 1931 אָפּגעפאָרן אין ראַטנפאַרבאַנד. לעצטע ידיעות װעגן אים זענען פון 1946. — אין בוכפאָרם: אַרבשולאַג, פּאָעמע, ב. אײרעס, 1928, 47 ז׳; לידער פון קאַמף, ב״א, 1930, 200 ז׳; איך בין יונג, לידער און פּאָעמעס, כאַרקאָװ, 1934, 223 ז׳; קינדער פון אײן קלאַס, דערצײלונגען, כאַרקאָװ־קיעװ, 1935, 68 ז׳; נײע לידער, כאַרקאָוו־קיעװ, 1938, 268 ז׳; ביראָבידזשאַנער פאַרצײכענונגען, קיעװ, 1939, 24 ז׳; צװישנװעלט, דערצײלונגען, קיעװ, 1939, 217 ז׳; הײם, 3טער ב. פון אַן אַ הײם, לװאָװ, 1940, 238 ז׳. 1917–1918 איבערגעזעצט פאַרן טעאַטער „אונזער װינקל“, כאַרקאָװ, פּיעסעס פון לודװיג פולדא, עדמאַנד ראָסטאן א״אַ. פּסעװדאָנימען: מרדכי מולער, צבי.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, 1; ז. זילבערצװײג, טעאַטער־לעקסיקאָן, 1; י. באָטאָשאַנסקי, מאַמע־ײדיש, ז״ז 218 און 227–228, און צוקונפט, אױג, 1931; . י. גאָטליב, ליטע, 1, ז׳ 1101; „ײדישע שרײבער אין קאַזאַכסטאַן“, אײניקײט. , 15 אַפּריל, 1943; ט. פוקס, נײע פּרעסע, פּאַריז, 14 אױג, 1945; מ. מ. פינזאָן, איקוף, ב״א, סעפּט., 1944; א. פעפער, אײנהײט, 7 פעב, 1943; ד. קורלאַנד און ס. ראָכקינד, ײדישע דיכטוגג אין אַמעריקע, מינסק, 1932; מי. קיפּניס, אײניקײט, 25 סעפּט., 1945.
