יונגער סאָװעטישער דיכטער. צום ערשטן מאָל געדרוקט לידער אין זאַמלבוך קינדער־שאַפונג (א״ר פון ל. קװיטקאָ און אי. גרינזײד), כאַרקאָװ, 1935. דערנאָך — אין סאָװעטיש און אין אַנדערע זאַמלביכער, זשורנאַלן און צײטונגען. יולי, 1947, איז אין קיעװ אײנגעאָרדנט געװאָרן לכבוד אים אַ ספּעציעלער אָװנט. זײן גורל איז ניט באַקאַנט.
א. עמקין, „אַן אָװנט פון אַ יונגן דיכטער“, אײניקײט, מאָסקװע, 8 יולי, 1947.
