געב. אין װילנע, אין דער פאַמיליע פון אַן אָרעמן שלאָסער, געבליבן יונג אַ יתום. געלערנט אין ת״ת, גלײכצײטיק באַזוכט אַ רוסישע פאָלקסשול פאַר ײדישע קינדער. 1912 געענדיקט דעם װילנער לערער־אינסטיטוט און געװאָרן אַ לערער — צו ערשט אין דער רוסיש־ײדישער פאָלקס־שול אין מערעטש, שפּעטער אין דעװעניִשאָק (בײדע אין װילנער געגנט). געװען אײנער פון די פּיאָנערן פון אַ שול אױף ײדיש. פאָרגעלײענט געהײם פאַר זײנע שול־קינדער ײדישע מעשה־ביכלעך און אָנגעהױבן זאַמלען ײדישן פאָלקלאָר. 1915, נאָך דעם װי די דײטשן זײנען אַרײן אין װילנע, איז ב׳ אײנגעלאַדן געװאָרן פאַר אַ לערער אין דער דעמאָלט געגרינדעטער „פאָלקסשול פאַר ײנגלעך פון דער חברה מפּיצי השכלה“ (די ערשטע ײנגלשול אין װילנע מיט ײדיש װי די שפּראַך פון די לימודים). אין דער שול האָט ער געאַרבעט כמעט ביזן סוף פון זײן לעבן. זײן שפּעטערדיקע געזעלשאַפטלעכע און ליטעראַרישע טעטיקײט איז אױך געװען פאַרבונדן מיט דער ײדישער שול. זײן ערשטער אַרטיקל, װעגן ײדישער קינדער־ליטעראַטור, איז געװען געדרוקט אין װילנער װאָכנבלאַט (1910). נאָך דעם זײנען געקומען עטלעכע סקיצעס און דערצײלונגען אין קאַרפּינאָװיטשעס פאָלקסבלאַט (1911) און ליטװינס לעבן און װיסנשאַפט (1912). זינט 1916 האָט ב׳, אין זײן אײגענעם פ״ג „די נײע ײדישע פּאָלקסשול“, אַרױסגעגעבן אַ סעריע לערנביכער, שול־כרעסטאָמאַטיעס, קינדער־שפּילן, לײען־ביכער, פאָלקלאָר־זאַמלונגען, צװישן זײ: רעכנביכער, 5 טײלן, מיט אַ ײדישער טערמינאָלאָגיע פאַר אַריפמעטיק, אױסגעאַרבעט פון אַ ספּעציעלער קאָמיסיע; כרעסטאָמאַטיעס: דאָס לעבעדיקע װאָרט, לעבעדיקע קלאַנגען און דאָס נײע װאָרט (מוסטערן פאַר ליטעראַטור־װיסנשאַפט, 3 טײלן — עפּאָס, ליריק און דראַמע); אַ סעריע פון 32 לײענביכלעך פאַר ײנגערע קינדער — אָריגינעל־ײדישע: יעקעלע נאַר, צװײ מתנות, דער נס, דער צדיק, דער פאַרשלאָסענער קאַסטן, די צװײ חכמים, דער קײסער און דער צדיק, בוסתנאי, די אמתע כלה, אין דער נאַכט פון בדיקת חמץ א״אַ, און באַאַרבעטונגען אָדער איבערזעצונגען פון אַנדערע שרײבערס; אַ סעריע פון 21 ביכלעך פאַר עלטערע קינדער, רײזע־באַשרײבונגען און ביאָגראַפיעס; קינדער־שפּילן (דער קונדס, אילוסטרירטער לאָטא,. רעטענישן מיט בילדער): קינדערפּיעסעס (פּורים־שפּילן, נחמן דער פארבער, פרילינג קומט א״אַ); אַ רײ פאָלקלאָר־זאַמלונגען (בײם קװאַל. ב. 1 און 2; ײדישע פּאַלקסרעטענישן; ײדישע פּאַלקס־מעשיות און לעגענדעס. ב. 1 און 2; זאַמלונג פון ײדישע שפּריכװערטער פּאַר שול און פאַמיליע, אַמאָל איז געװען): צענדליקער נומערן פון אַ פּאָפּולער־װיסנשאַפטלעכער ביבליאָטעק, ס׳רוב באַאַרבעט פון אים אַלײן; אַן איבערזעצונג פון זאָלאַס די קױלנגרעבער. אַ חוץ דעם האָט ב׳ אַרױסגעגעבן און רעדאַקטירט די פּאָפּולערע קינדער־זשורנאַלן: גרינינקע בײמעלעך, און דער חבר, װאו ער האָט צװישן צענדליקער אַנדערע זאַכן געדרוקט אױך זײנע מעשהלעך װעגן כעלמער נאַראָנים, װעגן הערשעלע אָסטראַפּאַליער, מאָטקע חב״ד, יאָסעלע קונדס (אַרױס אױך אין בוכפאָרם); ער האָט אױך רעדאַקטירט די שול־אױסגאַבעס: פאַר אונדזער שול, װילנע, 1933; 20 יאָר דבורה קופּערשטײן־שול, װילנע, 1934; קינדער װעגן ד״ר צמח שאַבאַד, װילנע, 1938; האָט מיטרעדאַקטירט דעם פּעדאַגאָגישן זשורנאַל די נײע שול אין װילנע און געשריבן אַרטיקלען אין װילנער טאָג און אין פאָרױס, װילנער אָרגאַן פון די פאַראײניקטע (ס״ס און י״ס), מיט װעלכע ער איז געװען פאַרבונדן אידעאיש. די לעצטע יאָרן פאַרן צװײטן װעלטקריג איז ב׳ צוגעשטאַנען צו דער טעריטאָריאַליסטישער גרופּע פרײלאַנד. ב׳ איז געװען אַ מיטגליד פון דער פאָלקלאָר־קאָמיסיע און דעם אַלגעמײנעם ראַט פון ײװאָ, אױך פון דעם צענטראַלן בילדונגס־קאָמיטעט (צב״ק) אין װילנע. ער איז געשטאָרבן אין מערץ 1941, נאָך אײדער די היטלער־מחנות זײנען אַרײן אין שטאָט, װאָס איז דעמאָלט געװען אָקופּירט פון סאָװעטישע חײלות.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, 1, ז״ז 205–207; אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע, 5, נ״י, 1944, ז״ז 162–163; לערער־יזכור־בוך, נ״י, 1954, ז״ז 30–33.
