ליטעראַרישער נאָמען פון מלכה ליפשיץ. געב. אין מינסק, װײסרוסלאַנד. לױט איר ערשטן מאַן אָנגענומען דעם נאָמען פרומקין, לױט איר צװײטן — װיכמאַן. אױפגעװאקסן אין אַ באַלעבאַטיש־סוחרישער, לומדיש־משכילישער שטוב. דער זײדע איז געװען אַ ײד אַ צדיק און אַ למדן, דער פאָטער — אַ משכיל, אַ מושלם, האָט געשריבן ײדישע לידער און פּראָזע. די מוטער האָט געשטאַמט פון די װילנער קאַצענעלנבױגנס און ראָמס. ביז עלף יאָר האָט אסתר געלערנט תנ״ך אין אָריגינאַל. נאָכן ענדיקן גימנאַזיע־קורס אין מינסק איז זי אָנגעקומען אױף די בעסטוזשעװער קורסן אין פּט״ב, שפּעטער געװען אױך פרײע צוהערערין אין בערלינער אוניװערסיטעט. צוריק אין מינסק, איז זי עטלעכע יאָר געװען לערערין אין דער מינסקער פּראָפעסיאָנעלער שול פאַר מײדלעך. אין 1901 איז זי אַרײן אין „בונד“, געװאָרן טעטיק װי אַ פּראָפּאַגאַנדיסטין. צו אירע ערשטע ליטעראַרישע אַרבעטן געהערט דאָס איבערזעצן אױף ײדיש װל. קאָראָלענקאָס די אגדה פון קיניג אגריפּוס און פלאַרוס, דעם פּראָקוראַטאָר פון יהודה. (פ״ג „נײע ביבליאָטעק“, פּט״ב, 1904). נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע, 1905, האָט זי אָנגעהױבן שפּילן אַן אָנגעזעענע ראָלע איז דער בונדישער באַװעגונג. געװען פּעטערבורגער דומע־קאָרעספּאָנדענטין פון דער װילנער בונדישער טאָג־צײטונג דער װעקער (שפּעטער — די פאָלקסצײטונג), האָט מיטרעדאַקטירט די װילנער בונדישע זמ״ב די נײע צײט, צײט־פראַגן, די נײע שטימע, פראַגן פון לעבן, װאו זי האָט געשריבן אױך א״פּ ד. קאַצענעלענבױגן און צװישן אַ סך אַנדערע זאַכן געדרוקט אױך אירע אַרבעטן װעגן נאַציאָנאַלער דערציאונג און שול־פראַגעס. האָט זיך באַטײליקט אין דער טשערנאָװיצער שפּראַך־קאָנפערענץ, 1908, און האָט דאָרט רעפּרעזענטירט דעם שטאַנדפּונקט פון „פּראָלעטאַרישן“ ײדישיזם, געפאָדערט דערקלערן ײדיש פאַר דער, ניט פאַר אַ ײדישער נאַציאָנאַלער שפּראַך (אַ באַריכט פון דער קאָנפערענץ האָט זי אָפּגעדרוקט אין דעם זמ״ב די נײע צײט, 4, װילנע, 1909). 1910 האָט דער בונדישער פ״ג „די װעלט“ אין װילנע אַרױסגעגעבן איר גרעסערע אַרבעט: צו דער פראַגע װעגן דער ײדישער פאָלקסשול (3טע אױפלאַגע אַרױס אין פּט״ב — 1917). אין די יאָרן 1910–1914 איז אסתר עטלעכע מאָל געװען אַרעסטירט, איז אַנטלאָפן קײן אױסלאַנד און געװען דאָרט טעטיק װי אַ מיטגליד פון אױסלענדישן קאָמיטעט פון „בונד“. אָנהײב ערשטער װעלט־מלחמה איז זי צוריקגעקומען קײן רוסלאַנד — און איז פאַרשיקט געװאָרן אױף דער צײט פון קריג אין טשערװאָני באָר, אַסטראַכאַנער גוב. נאָך דער פעברואַר־רעװאָלוציע, 1917, איז א׳ צוריקגעקומען קײן מינסק, איז אַרײן אין צ״ק פון „בונד“, געװאָרן רעדאַקטאָרין פון בונדישן צענטראַל־אָרגאַן דער װעקער (טאָגצײטונג), איז אױסגעװײלט געװאָרן אין מינסקער שטאָטראַט און אין דער קהילה; געװאָרן פאַרװאַלטערין פון בילדונגס־אָפּטײל פאַר דער שטאָט און גובערניע; האָט פאַראָרדנט דאָס בױען נײע ײדישע שולן, לערער־קורסן, קולטור־געזעלשאַפטן; איז געװען אין דער פאַרװאַלטונג פון דעם אַרבעטער־אוניװערסיטעט און געלײענט דאָרט לעקציעס איבער דער נאַציאָנאַלער פראַגע; האָט אַ סך געשריבן, איז אָפט אױפגעטראָטען מיט רעדעס און איז פאַקטיש געשטאַנען אין צענטער פון דער גאָרער געזעלשאַפטלעך־פּאָליטישער און קולטורעלער טעטיקײט אין שטאָט. אין יענעם פּעריאָד האָט זי, װי פריער, געהערט צו דעם מענשעװיסטישן פליגל פון דער ס״ד פּאַרטײ. נאָך דער עלפטער קאָנפערענץ פון בונד (מינסק, 1919) איז זי אַװעק לינקס און איז געװאָרן אײנע פון די אַקטיװסטע פּראָפּאַגאַנדיסטן, װאָס האָבן געזוכט צו באָלשעװיזירן דעם „בונד“. נאָך זײן שפּאַלטונג, אין אַפּריל, 1920, איז זי (אין אײנעם מיט א. װײנשטײן — ירחמיאל) געװאָרן די פירערין פון „קאָמבונד“. אױף דער ליקװידאַציע־קאָנפערענץ פון מערץ, 1921, אין מאָסקװע האָט זי געהאָלפן מאַכן אַ סוף אױך צום „קאָמבונד“ און איז אין גאַנצן אַריבער צו דער ײדסעקציע פון דער „אַלפאַרבאַנדישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ“. זי איז אױך געװאָרן מיטגליד פון „ײדגעזקאָם“ און מיטרעדאַקטאָרין פון מאָסקװער עמעס װאו זי האָט געדרוקט אַ גרױסע צאָל אַרטיקלען,, דער עיקר איבער קולטור־פראַגעס, בילדונג־פּראָבלעמען און נײעם לעבענסשטײגער. אין אײנעם מיט משה ליטװאַקאָװן האָט זי רעדאַקטירט די 8־בענדיקע אױסגאַבע פון לענינס װערק אין ײדיש, אַלײן איבערגעזעצט דעם 3טן באַנד און אָנגעשריבן דעם באַנד לענין — זײן לעבן און זײן לערע.
אַנדערע װערק אין בוכפאָרם: צו דער פראַגע װעגן דער ײדישער פאָלקסשול (די מוטער־שפּראַך און די פאָלקסשול, די פרעמדע שפּראַך אין דער ײדישער שול, ײדיש, די יידישע פאָלקסשול און דאָס ײדישע פּאָלק), װילנע, 1910, 97 ז׳; שול־פּראַגו, פּט״ב, 1917; הירש לעגערט, פ״ג „יונגװאַלד“, מאָסקװע, 1922, 39 ז׳; לענין און זײן אַרבעט. צענטר־פ״ג, מאָסקװע, 1925, 271 ז׳ (2טע אױפלאַגע — 1926); מיט לענינס װעג, דאָרט, 1925, 60 ז׳; אָקטיאַבער־רעװאַלוציע, דאָרט, 1928, 332 ז׳; 15טער צוזאַמענפאָר פון אל. ק. פּ. (ב), װעגן דער אָפּאָזיציע, דאָרט, 1928, 88 ז׳; ײדישע איבערזעצונג פון לענינס יאָרן פון דער קאָנטררעװאָלוציע. דאָרט, 1929, 256 ז׳; פאָרװאָרט צום בוך ײדן אין פ. ס. ס. ר., פון בראַכמאַן און זשיװ, דאָרט, 1930. אין די יאָרן 1923–1928 געװען רעדאַקציע־מיטגליד פון יונגװאַלד און פּיאָנער; רעדאַקטירט דעם פּאָליט אַלעפבײז פאַרן קאָמיוניסט. מאָסקװע, 1925, 183 ז׳. ביז דער ליקװידאַציע פון די געװעזענע בונדיסטן אין דער רוסל. קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אין די שפּעטע דרײסיקער יאָרן, איז אסתר געװען די דירעקטאָרין פון דער ײדסעקציע בײם מעריב־אינסטיטוט פון קאָמאינטערן (די ײדישע סטודענטן פון אינסטיטוט האָבן עס גערופן די מאַירעװקע). נאָך די רײניקונגס־פּראָצעסן פון 1936 האָט מען אסתרן אַרעסטירט — און מער האָט מען װעגן איר ניט געהערט. לױט אײניקע ידיעות איז זי געזעסן אין מאָסקװער טורמע בוטירקי און אין 1938 זאָל מען זי האָבן פאַרשיקט קײן טשיביו (אוכטאַ), קאָמי־א.ס.ס.ר., אין דעם באַרימטן שטײנערנעם איזאָלאַטאָר. און זי זאָל דאָרטן האָבן געשטאָרבן אַרום סוף 1938 — אָנהײב 1939; אָט די אינפאָרמאַציע איז שפּעטער באַשטעטיקט געװאָרן פון אַ געװעזענעם סאָװעטישן באַאַמטן, װאָס איז געװען פאַרשיקט אין אוכט־איזשעמסקי־לאַגער.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; א. ליעסין, זכרונות און בילדער, נ״י, 1954, ז׳ 272; נ. כאַנין, „בריװ צו אַ פרײנד“, דער װעקער, נ״י, 12 פעב., 1938; ד. טשאַרני, דער װעקער, נ״י, 31 דעצ., 1938; בן ציון כץ, „די שרה בת טובים פון דער רוסישער רעװאָלוציע“, מ.־זשורנאַל, נ״י, 13 פעב., 1931; יעקב לעשטשינסקי, צװישן לעבו און טױט, ב. 1, װילנע, 1930, ז״ז 85–95; א. רײזען, עפּיזאָדן פון מײן לעבן, 3טער טײל, װילנע, 1935, ז״ז 326–336; א. ליטװאַק, געקליבענע שריפטן, נ״י 1945, ז׳ 195; נינאַ מעדעם, אַ לעבנסװעג, נ״י, 1950, ז׳ 185.
י. כ־ש
