געב. אין
שטעטל טשערניכאָװ, װאָלין, בײ אַ טאַטן אַ קלײנהענדלער. 1930 געענדיקט דעם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. 1932 אַספּיראַנט פונעם אינסטיטוט. ערשטע
לידער געדרוקט אין מינסקער שטערן אין 1926. זינט
דעמאָלט געדרוקט לידער און דערצײלונגען אין פאַרשײדענע סאָװעטישע צײטונגען, זשורנאַלן און זאַמלביכער. אינעם ערשטן פּעריאָד פון זײן שאַפן האָט ער
באַקלאָגט דעם חורבן פונעם ײדישן שטעטל. שפּעטער
האָט ער באַזונגען די העלדן פונעם בירגערקריג. אין
זײן ערשטן לידערבוך (1930) האָט ער אָפּגעשפּיגלט
דאָס לעבן פון דער סאָװעטישער סטודענטשאַפט. אין
אַ צװײטן בוך האָט ער געװיזן דאָס ײדישע שטעטל
אין איר סאָװעטישן „איבערגעבורט“. ער איז געװען
דער ערשטער צו פאַרעפנטלעכן לידער אױף ײדיש
װעגן לופטפלאָט און לופט־פליערײ. ער האָט אױך
געדרוקט װערק װעגן קינדער און פאַר קינדער און
װעגן קאָמיונ. געװאױנט אַ צאָל יאָרן אין ביראָבידזשאַן און געשאַפן אַ רײ ביכער, לידער און דערצײלונגען װעגן דעם דאָרטיקן לעבן. ער האָט אױך
געשריבן װעגן דער רױטער אַרמײ. צו אַ סך פון זײנע
לידער האָט מען געשאַפן מוזיק. ער האָט איבערגעזעצט
עטלעכע ביכער פון רוסיש, געװען מיטרעדאַקטאָר פון
אײניקע צײטשריפטן. ער איז געװען אײנער פון די
טאַלאַנטפולסטע סאָװעטישע ליריקער און דערצײלער
פונעם ײנגערן דור. באַלד נאָכן נאַצישן אָנפאַל אױף
סאָװעט־רוסלאַנד איז ער אַװעק אין דער רױטער אַרמײ
און אין 1941 איז ער אומגעקומען אױפן פראָנט.
אין בוכפאָרם: פאַר דער בינע. דערצײלונגען, פּיעסעס,
לידער מיט נאָטן (אין אײנעם מיט י. דאָברושין, ע.
גאָרדאָן), מאָסקװע, 1929, 136 ז׳; אין וװקס. לידער,
דאָרט, 1930, 110 ז׳; שאַכטע. פּאָעמע, דאָרט, 1933,
132 ז׳; אַלץ העכער און העכער (לופט־פאַרצײכענונגען), דאָרט, 1933, 63 ז׳; קינדער פון מײן עלטער
(קינדער־דערצײלונגען), דאָרט, 1935, 47 ז׳; אַ נאַכט
אַפן אַמור. דערצײלונגען, דאָרט, 1938, 240 ז׳; בירעבידזשאַנער לידער. דאָרט, 1938; אָנהײב לעבן. דערצײלונגען, דאָרט, 1939, 25 ז׳; אַף בירעבידזשאַנער
ערד. לידער, דאָרט, 1940, 82 ז׳; לידער, דאָרט, 1940,
142 ז׳; מײסעלעך, דאָרט, 1940, 31 ז׳; אָשערל און
זײן פרײנד. דאָרט, 1947, 350 ז׳. איבערזעצונגען:
ל. קאַסיל, שװאַמבראַניע, דערצײלונג, דאָרט, 1934,
245 ז׳; ס. דימיטריעװ, קײן סיביר נאָך אַ מאָמענט,
דאָרט, 1935, 71 ז׳. געװען מיטרעדאַקטאָר און סעקרעטאַר פונעם פאָרפּאָסט (ביראָבידזשאַן) און געשריבן
פאָרװאָרט צו איציק פעפערס לידער. מאָסקװע,1935.
ש. ניגער, צוקונפט. נ״י, פעב., 1930; ליטעראַטורנאַיאַ ענציקלאָפּעריאַ. ב. 8, מאָסקװע, 1934, ז״ז 275–276; ש. קליטעניק, פאָרפּאָסט. נומ. 2, ב״ב, 1936; נ. לעװין, שטערן. מינסק, יאַנ., 1940, ז׳ 81; אַנאָנים: „צװישן די ײדישע קאָמפּאָזיטאָרס“, אײניקײט. מאָסקװע, 25 יולי, 1942; מ. נאַטאָװיטש, אײניקײט. דאָרט, 28 אָקט., 1943; י. דאָברושין, אײניקײט. דאָרט, 27 פעב., 1945; י. ראַבין, פאָלקס־שטימע. נומ. 5, װאַרשע, 1948.
