Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Olyevski, Buzi

Leksikon (vol 1) Volume 1 (alef-beys)

אָליעװסקי, בוזי

1908 – 1941

געב. אין שטעטל טשערניכאָװ, װאָלין, בײ אַ טאַטן אַ קלײנהענדלער. 1930 געענדיקט דעם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. 1932 אַספּיראַנט פונעם אינסטיטוט. ערשטע לידער געדרוקט אין מינסקער שטערן אין 1926. זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און דערצײלונגען אין פאַרשײדענע סאָװעטישע צײטונגען, זשורנאַלן און זאַמלביכער. אינעם ערשטן פּעריאָד פון זײן שאַפן האָט ער באַקלאָגט דעם חורבן פונעם ײדישן שטעטל. שפּעטער האָט ער באַזונגען די העלדן פונעם בירגערקריג. אין זײן ערשטן לידערבוך (1930) האָט ער אָפּגעשפּיגלט דאָס לעבן פון דער סאָװעטישער סטודענטשאַפט. אין אַ צװײטן בוך האָט ער געװיזן דאָס ײדישע שטעטל אין איר סאָװעטישן „איבערגעבורט“. ער איז געװען דער ערשטער צו פאַרעפנטלעכן לידער אױף ײדיש װעגן לופטפלאָט און לופט־פליערײ. ער האָט אױך געדרוקט װערק װעגן קינדער און פאַר קינדער און װעגן קאָמיונ. געװאױנט אַ צאָל יאָרן אין ביראָבידזשאַן און געשאַפן אַ רײ ביכער, לידער און דערצײלונגען װעגן דעם דאָרטיקן לעבן. ער האָט אױך געשריבן װעגן דער רױטער אַרמײ. צו אַ סך פון זײנע לידער האָט מען געשאַפן מוזיק. ער האָט איבערגעזעצט עטלעכע ביכער פון רוסיש, געװען מיטרעדאַקטאָר פון אײניקע צײטשריפטן. ער איז געװען אײנער פון די טאַלאַנטפולסטע סאָװעטישע ליריקער און דערצײלער פונעם ײנגערן דור. באַלד נאָכן נאַצישן אָנפאַל אױף סאָװעט־רוסלאַנד איז ער אַװעק אין דער רױטער אַרמײ און אין 1941 איז ער אומגעקומען אױפן פראָנט. אין בוכפאָרם: פאַר דער בינע. דערצײלונגען, פּיעסעס, לידער מיט נאָטן (אין אײנעם מיט י. דאָברושין, ע.
גאָרדאָן), מאָסקװע, 1929, 136 ז׳; אין וװקס. לידער, דאָרט, 1930, 110 ז׳; שאַכטע. פּאָעמע, דאָרט, 1933, 132 ז׳; אַלץ העכער און העכער (לופט־פאַרצײכענונגען), דאָרט, 1933, 63 ז׳; קינדער פון מײן עלטער (קינדער־דערצײלונגען), דאָרט, 1935, 47 ז׳; אַ נאַכט אַפן אַמור. דערצײלונגען, דאָרט, 1938, 240 ז׳; בירעבידזשאַנער לידער. דאָרט, 1938; אָנהײב לעבן. דערצײלונגען, דאָרט, 1939, 25 ז׳; אַף בירעבידזשאַנער ערד. לידער, דאָרט, 1940, 82 ז׳; לידער, דאָרט, 1940, 142 ז׳; מײסעלעך, דאָרט, 1940, 31 ז׳; אָשערל און זײן פרײנד. דאָרט, 1947, 350 ז׳. איבערזעצונגען: ל. קאַסיל, שװאַמבראַניע, דערצײלונג, דאָרט, 1934, 245 ז׳; ס. דימיטריעװ, קײן סיביר נאָך אַ מאָמענט, דאָרט, 1935, 71 ז׳. געװען מיטרעדאַקטאָר און סעקרעטאַר פונעם פאָרפּאָסט (ביראָבידזשאַן) און געשריבן פאָרװאָרט צו איציק פעפערס לידער. מאָסקװע,1935.

ש. ניגער, צוקונפט. נ״י, פעב., 1930; ליטעראַטורנאַיאַ ענציקלאָפּעריאַ. ב. 8, מאָסקװע, 1934, ז״ז 275–276; ש. קליטעניק, פאָרפּאָסט. נומ. 2, ב״ב, 1936; נ. לעװין, שטערן. מינסק, יאַנ., 1940, ז׳ 81; אַנאָנים: „צװישן די ײדישע קאָמפּאָזיטאָרס“, אײניקײט. מאָסקװע, 25 יולי, 1942; מ. נאַטאָװיטש, אײניקײט. דאָרט, 28 אָקט., 1943; י. דאָברושין, אײניקײט. דאָרט, 27 פעב., 1945; י. ראַבין, פאָלקס־שטימע. נומ. 5, װאַרשע, 1948.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Rochelle, Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.