געב. אין לופּקאַז, בעסאַראַביע. געלערנט אין חדר, בית־מדרש, אַ צײט — אױך אין גימנאַזיע, אין קאַמעניעץ פּאָדאָלסק; אױטאָדידאַקטיש שטודירט מאָדערנע שפּראַכן און ספּעציעל זיך דערװאָרבן סאָלידע קענטענישן אין דער פראַנצײזישער שפּראַך און ליטעראַטור. נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען בעסאַראַביע איז געװאָרן אַ טײל פון דער נײ־געשאַפענער גרױס־רומעניע, איז אַ׳ אַ צײט געװען אַרומפאָרנדיקער אינסטרוקטאָר און לעקטאָר פון דער ײדישער קולטור־פעדעראַציע, װאָס איר צענטער איז געװען אין טשערנאָװיץ. 1930 עמיגרירט קײן אַרגענטינע. געװען פאַרװאַלטער פון ײד. בית־יתומים־הױז אין ב. אײרעס. 1931 צוריקגעקומען קײן רומעניע. אױסגעפּרואװט כלערלײ באַשעפטיקונגען, געפירט אַפּילו אַ צײט אַ דאָרפישע װירטשאַפט אין בעסאַראַביע. לסוף זיך באַזעצט אין בוקאַרעשט, װאָס איז אין די 30קער יאָרן, נאָך טשערנאָװיץ, געװאָרן דער צװײטער ײד. קולטור־צענטער אין גרױס־רומעניע. 1940 — נאָך דעם װי די רױטע אַרמײ האָט אָקופּירט בעסאַראַביע — האָט אַ׳ זיך אַהין צוריקגעקערט. אין די יאָרן פון דער צװײטער װעלט־מלחמה געלעבט אין צענטראַל־רוסלאַנד. 1945 צוריקגעקומען קײן טשערנאָװיץ, געאַרבעט בײם ײד. מלוכה־טעאַטער, װאָס די ראַטנמאַכט האָט אַהין אַריבערגעפירט פון קיעװ. שפּעטער זײנען געװען ידיעות װעגן אים פון קעשעניעװ. 1948 האָט אַ׳־ס נאָמען פיגורירט אױף דער ליסטע פון די פאַרשװאונדענע ײדישע שרײבער אין ראַטנפאַרבאַנד. סוף 1955 האָט אַ דײטש, װאָס איז צוריקגעקומען פון סאָװעטישער געפאַנגענשאַפט, געבראַכט מיט זיך אַ ידיעה, אַז אַ׳ לעבט און געפינט זיך אין אַ לאַגער אין אירקוטסק, סיביר. לױט שפּעטערדיקע פּריװאַטע ידיעות זאָל א׳ שױן זײן פרײ און צוריק אין טשערנאָװיץ.
אַ׳־ס ליטעראַרישער דעביוט איז געװען אין 1920, װען ער האָט געדרוקט לידער און ליט. ־ קריטישע אַרטיקלען אין די פרײהײט, אָרגאַן פון פּ״צ, און קורץ דערױף — אין דאָס נײע לעבן, אָרגאַן פון „בונד“, בײדע אין טשערנאָװיץ. מיטגעאַרבעט אין: ליט. בלעטער, װאַרשע, שױבן, בוקאַרעשט, הײמלאנד, אײניקײט — מאָסקװע. רעדאַקטירט (אין אײנעם מיט י. שטערנבערג און ש. ביקל) די װאָך, בוקאַרעשט, 1934; יידיש (חודש־שריפט), בוקאַרעשט, 1935. — אין בוכפאָרם: בלענדעניש, דערצײלונגען, טשערנאָװיץ, 1926, 120 ז׳; די װינער קאַרעטע א״אַ דערצײלונגען, בוקאַרעשט, 1935, 158 ז׳; מדרש פּנחס, ראָמאַן, 1936, 185 ז׳; שמעטערלינגען, בוקאַרעשט, 1939, 127 ז׳; געקליבענע װערק, ל. מ. שטײן פאָלקס־ביבליאָטעק, נ״י, 1955, 332 ז׳, מיט אַז אַרײנפיר פון ש. ביקל. א׳־ס לידער זײנען געבליבן צעשפּרײט איבער פאַרשײדענע צײטשריפטן. אױך די פּיעסעס, װאָס ער האָט אױפגעפירט אין בוקאַרעשט, אין אײנעם מיט י. שטערנבערג, זײנען אין בוכפאָרם ניט דערשינען. ליט. קריטיקער האָבן ניט אײן מאָל באַצײכנט אַ׳ װי אַ דורכאױס אָריגינעלן פּאָעט און בעלעטריסט. „אַ געראָטענער געמיש פון ײדישער עילױשקײט מיט רוסיש־מאָראַלישער פּראָבלעמאַטיק און פראַנצײזישער פאָרם־סובטילקײט“ (ש. ביקל).
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; ב. טוטשינסקי: באָדן, 1–2, נ״י, 1934; י. שטערן, הײנט, װאַרשע, 8 מערץ, 1935; א. שװאַרץ, ליט. בלעטער, 4 יאַנ., 1935; י. ראַפּאָפּאָרט, צוקונפט, מערץ, 1937; י. באַשעװיס, צוקונפט, אױג, 1940; ש. ראַזשאַנסקי, דאָס ײד, געדרוקטע װאָרט אין אַרגענטינע, ב״א, 1941, ז׳ 192; ש. ביקל, דעטאַלן און סך־הכלען. נ״י, 1943, ז״ז 240–251; טאָג, 20 נאָװ., 1949; י. באָטאָשאַנסקי, מאַמע־ײדיש, ב״א, 1949, ז״ז 119, 127; י. יאָנאַסאָװיטש, אילוסט. ליט. בלעטער, ב״א, נומ. 3–4, 1953; טאָג־מ.־זשורנאַל, נ״י, 15 דעצ., 1955.
