געב. איז כאָדאָרקאָװ, קיעװער געגנט, אין אַ פאַמיליע פון װאַלד־סוחרים. אײן יאָר געלערנט אין חדר. פון 6 יאָר אָן אױפגעצױגן דורך הױז־לערערס אין רוסיש. 1906–1911 געלערנט אין גימנאַזיעס פון אָדעס און קיעװ. 1911–1914 שטודירט מעדיצין אין בערלינער אוניװערסיטעט. נאָכן ענדיקן מעדיצינישן פאַקולטעט אין קיעװ, אין 1919, איז ער מאָביליזירט געװאָרן אין דער רױטער אַרמײ װי אַ מיליטערישער דאָקטאָר. 1920 דורכגעמאַכט דעם מאַרש אױף אַרכאַנגעלסק, שפּעטער — אױף װאַרשע. 1917 דעביוטירט מיט אַ ליד אין דער אײנטאָגיקער אױסגאַבע דאָס פרײע װאָרט (קיעװ), דערנאָך געדרוקט סימבאָליסטישע לידער און ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען אין די קיעװער אױסגאַבעס נײע צײט, פאָלקס־צײטונג און ביכער־װעלט. אין מאָסקװער עמעס, אין די זמ״ב שטראַל (1922–1925), װאָס ער האָט רעדאַקטירט. אַ חוץ עטלעכע לידער־ביכער, פאַרעפנטלעכט אַ בוך קינסטלערישע פּראָזע, װאו ער האָט געשילדערט דאָס ײדישע שטעטל אין די נײע סאָציאַלע באַדינגונגען. 1926–1928 האָט ער אָנגעפירט מיט דער ליטעראַטור־סעקציע פון ײדישן אָפּטײל בײ דער װײסרוסישער אַקאַדעמיע. דערנאָך ביז 1931 געװען דער אָנפירער פון דער ליטעראַטור־סעקציע אינעם אינסטיטוט פאַר ײדישער קולטור בײ דער אוקראַינישער אַקאַדעמיע אין קיעװ. אין די אַקאַדעמישע אױסגאַבעס פון די דערמאָנטע אַנשטאַלטן האָט ער פאַרעפנטלעכט אַ רײ אַרבעטן װעגן די ײדישע קלאַסיקער, װעגן װיכטיקע ײדישע שרײבער אין סאָװעט־רוסלאַנד און אַנדערע לענדער, װעגן ליטעראַטור־געשיכטע, שפּראַך, טעאַטער און דראַמע. ער איז געװאָרן אײנער פון די װיכטיקסטע קריטיקער, פאָרשער און היסטאָריקער פון דער ײדישער ליטעראַטור, שפּראַך און טעאַטער. ער האָט אױך געשאַפן אַ רײ לערנביכער פאַרן לימוד פון ײדישער ליטעראַטור, איבערגעזעצט און רעדאַקטירט אַ צאָל ביכער, געשריבן אַרײנפירן צו פאַרשײדענע װערק. געװען אַ מיטגליד פון דער היסטאָרישער קאָמיסיע בײם אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט אין פססר אין 1946. נאָך דער מלחמה מיטגעאַרבעט אינעם „קאַבינעט אױף דערלערנען די ײדישע שפּראַך, ליטעראַטור און פאָלקלאָר“ בײ דער אוקראַינישער װיסנשאַפט־אַקאַדעמיע. זײן שפּעטערדיקער גורל — אומבאַקאַנט.
אין בוכפאָרם: לידער, קיעװ, 1917, 46 ז׳; האַלבער טאָג (לידער), סמאָלענסק, 1921, 79 ז׳; פראָנט, קיעװ, 1922. 16 ז׳: גרונדשטריכן פון ײדישן רעאַליזם, דאָרט, 1923, 134 ז׳ (איבערגעדרוקט אין װילנע, 1928); װעג אײן, װעג אױס (ליטעראַרישע עפּיזאָדן), דאָרט, 1924, 201 ז׳; א. גאָלדפאַדן. מאַטעריאַלן פאַר אַ ביאָגראַפיע (אין אײנעם מיט או. פינקעל), מינסק, 1926, 104 ז׳; אַרבעט און קאַמף, ליטעראַרישע כרעסטאָמאַטיע, אין אײנעם מיט באַקסט און פרידלאַנד, מאָסקװע, 1926; דער יונגער שלום עליכם און זײן ראָמאַן „סטעמפּעניױ“, קיעװ, 1928, 76 ז׳; די געשיכטע פון אַרבעט (איבערזעצונג פון א. טיומעניעװס „קורצער האַנטבוך פון פּאָליטישער עקאָנאָמיע“), מאָסקװע (?192), 220 ז׳; אַר לודעמירער װעג, קיעװ, 1930, 227 ז׳; לײענבוך פאַרן 3טן לערניאָר (אין אײנעם מיט ל. גאָלדין), דאָרט, 1933, 104 ז׳ (װינציקסטנס 5 אױפלאַגעס); ײדישער טעאַטער (1887–1917), מאָסקװע, 1940, 317 ז׳.
אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע, ב. 1., ז׳ 268; ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1, 51–53; א. גורשטײן, „דער איצטיקער צושטאַנד פון דער פּרץ־ביאָגראַפיע“, צײטשריפט, נום. 1, מינסק, 1926; „סך־הכלען פון דער מענדעלע־פאָרשונג“, צײטשריפט. ב. 2–3, מינסק, 1928, און „אַ נײע װענדונג אין דער מענדעלע־פאָרשונג“, װיסנשאַפטלעכע יאָרביבער, ב. 1., מאָסקװע, 1929; ש. ניגער, „אַ ליטעראַטור פאַר יונגע“, ליט. בלעטער, װאַרשע. 29 אַפּריל, 1927, און „זוכנדיק אַ יחוס־בריװ“, צוקונפט, נ״י, אָקט., 1935; ד״ר י. שאַצקי (רעצענזיע אױפן קיעװער טעאַטער־בוך), אַרכיװ צו דער געשיכטע פון ײדישן טעאַטער און דראַמע. װילנע־נ״י, 1930, ז״ז 465–469; ז. רײזען, „צו דער געשיכטע פון דער ײדישער השכלה־ליטעראַטור“, ײװאָ־בלעטער. ב. 1, ז״ז 193–207; א. אַבטשוק, עטיודן און מאַטעריאַלן, כאַרקאָװ, 1934, ז״ז 50–51; אַנאָנים, „שעפערישע פּלענער פון די שרײבער“, אײניקײט, מאָסקװע, 1 יאַנ., 1947. א. פּ.
