געב. אין לוצק, װאָלין. 1919 געענדיקט אַ מיטלשול אין
לוצק. 1921 אַװעק קײן קיעװ, געװען לערער פון
ײדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין אַ ײדישער
אַרבעטשול, אַספּיראַנט בײ דער ײדישער קאַטעדרע
פון דער אוקראַינישער װיסנשאַפט־אַקאַדעמיע,
שפּעטער װיסנשאַפטלעכער מיטאַרבעטער פון דער סעקציע
פאַר ליטעראַטור און קריטיק פון דעם קיעװער
אינסטיטוט, געטאָן פּעדאַגאָגישע אַרבעט, געשריבן
ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען. 1926 אָנגעהױבן דרוקן
אין די רױטע װעלט דערצײלונגען װעגן דעם בירגער־
קריג און פון דעם ײדישן לעבן אין פּױלן נאָך דער
מלחמה. געמאַכט אַ רושם מיט זײן דערצײלונג הערשל
שאמײ. װאו ער האָט, מער אָדער װינציקער,
אָביעקטיװ־קינסטלעריש און שטעלנװײז מיט הומאָר
געשילדערט דעם פּראָצעס פון אינדוסטריאַליזירן די ײדישע
אַרבעטער אױף דער סאָװעטישער פאַבריק. געװען
מיטרעדאַקטאָר פון פּראָליט. זש. פון פּראָלעטאַרישע
שרײבערס אין אוקראַינע. 1936 באַשולדיקט געװאָרן
אין „טראָצקיסטישע“ טענדענצן, װאָס ער זאָל האָבן
אַרױסגעװיזן אין הערשל שאמײ. זינט דעמאָלט איז
זײן גורל אומבאַקאַנט. — אין בוכפאָרם: הערשל
שאמײ און אנד. דערצײלונגען. קיעװ, 1929, 316 ז׳;
איך אײנגעשלאָסן, קיעװ, 1930, 62 ז׳; הערשל שאמײ
(צװײטע, איבערגעאַרבעטע, אױפלאַגע), קיעװ, 1931,
157 ז׳; קוזבאס. קיעװ, 1932, 72 ז׳; אין קאַמף קעגן
שונאים, מינסק, 1932, 28 ז׳; דערצײלונגען, קיעװ,
,1933, 135 ז׳; הערשל שאמײ, צװײטער טײל, קיעװ,
1934, 182 ז׳; עטיודן און מאַטעריאַלן צו דער גע־
שיכטע פון דער ייד. ליט. באַװעגונג אין פססר,
כאַרקאָװ, 1934, 290 ז׳; אין דער באַרגיקער שאריע,
קיעװ, 1934, 24 ז׳; בארישעװס בריגאַדע, „נאַצמינד“,
קיעװ, 1934, 34 ז׳; װעגן אונדזער פּראָזע. אָדעס,
1934, 47 ז׳; מענדעלע מוכר ספּריס, זײן לעבן און זײנע װערק. קיעװ, 1927, 47 ז׳; אױך אַ רײ לערנביכער פאַר ליטעראַטור און געזעלשאַפט־קענטעניש
און איבערזעצונגען פון סאָװעטישער ליטעראַטור.
ז. ר. אין דער אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע, ב. 1; ש. ניגער,
„רעװאָלוציע און הומאָר“, טאָג, נ״י, 1929, און „אין דער
סאָװעטיש־ײדישער ליטעראַטור“, צוקונפט, נ״י, פעב.,
1930; י. אָפּאַטאָשו, די װאָך, 4, דאָרט, 1929; מ.
מיזשיריצקי, „אַ פרײדיקער אָנזאָג“, די רױטע װעלט, 1929, 10; ח. ש. קאזדאן, „די ײדישע ליטסעקציע אױף אוקראַינע“, װאָכנשריפט פאַר ליטעראַטור, װאַרשע, 10 יוני, 1932;
י. פּאַט, „ס׳איז גוט...“, װאָכנשריפט פאַר ליטעראַטור,
6, דעצ., 1934; א. דמשק, „די שונאים אונטער אַ ליטעראַרישער מאַסקע“, שטערן, מינסק, אָכט., 1936; נ. י.
גאָטליב, „צװאַנציק יאָר ײדיש־סאָװעטישע ליטעראַטור“,
יובל־בוך 30 יאָר קענעדער אָדלער, מאָנטרעאַל, 1938; „די
לעצטע שאַפונגען פון די סאָװעטישע ײדישע שרײבער“,
קענעדער אָדלער. 30 מערץ, 1953.
