סאָװעטיש־ײדישער דיכטער, געלעבט אין װײסרוסלאַנד. פון פאַך אַ סטאָליער. אָנגעהױבן דרוקן אין דער פרײער אַרבעטער, קולטור און בילדונג. מאָסקװע, 1918, אין װיטעבסק, 1918. אין בוכפאָרם: אף כװאַליעס פון צײטן, כאַרקאָװ, 1930, 135 ז׳; אין ריטם פון לעבן, קיעװ, 1937, 94 ז׳; אף אונדזער ערד, קיעװ, 1940, 193 ז׳. א׳ איז געװען אײנער פון דער „פּראָלעט־ קולט“־גרופּע (צוזאַמען מיט ח. גילדין און יודאָװין). דאָס רוב לידער זײנע טראָגן אַן אַגיטאַטאָרישן כאַראַקטער. זײן גורל — אומבאַקאַנט.
כ. דוגיעץ, פאַר מאַגניט־בױען אין דער ליטעראַטור. מינסק, 1932; ב. ארשאנסקי, צײטשריפט. מינסק, 5, 1931.
