דיכטערין, פּראָזאַיִקער. געבױרן אין דאָרף מאַקסימאָװיטשי, װײַסרוסלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אָנגעשטעלטע. נאָכן פֿאַרענדיקן די אָרטיקע ייִדישע שול איז זי אַריבערגעפֿאָרן קײן באָברוּיסק און געאַרבעט װי פֿאַרװאַלטערין פֿון דער שטאָטישער ביבליאָטעק. זינט דעמאָלט װערט זי אַן אַקטיװער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער מינסקער צײַטונג „אָקטיאַבר“, װוּ אין 1929 באַװײַזן זיך אױך אירע ערשטע לידער. שפּעטער דרוקט זי לידער און דערצײלונגען אױך אינעם מינסקער זשורנאַל „שטערן“. אין 1935 באַזעצט זי זיך אין מינסק, אַרבעט אין ביבקאָלעקטאָר און לערנט אײנצײַטיק אױף דער אָװנטיקער אָפּטײלונג פֿונעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט בײַם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין 1941 פֿירט מען זי אַרײַן אין דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון „שטערן“. װען די דײַטשן האָבן אָקופּירט מינסק, איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אין געטאָ. דאָרט איז זי אין גיכן אומגעקומען.
װערק: „אין װעג“, לידער, מינסק, 1934; „מײַן הײמלאַנד“, לידער, מינסק, 1938; „די ערשטע פּרעמיע“, אַ מאָנאָלאָג פֿון אַן עלטערער פֿרױ, דערצײלונג, מינסק, 1938; „אונדזערע מענטשן“, לידער, מינסק, 1940; „דער פֿידלער“, דערצײלונגען, מינסק, 1941; „דערצײלונגען“ (אױף װײַסרוסיש), מינסק, 1940.
