דיכטער, פּובליציסט. געבױרן אין
פּאָניעװעזש, ליטע.
זיך געלערנט אין חדר
און דערנאָך אין אַ
ייִדישער שול. זינט
1915 געלעבט אין
װיטעבסק, שפּעטער
אַריבערגעפֿאָרן קײן מינסק. פֿאַרענדיקט
דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קיִעװ.
דעביוטירט מיט לידער אין 1927 אין
מינסקער צײַטונג „דער יונגער אַרבעטער“,
דערנאָך זיך געדרוקט אין מינסקער „אָקטיאַבר“ און „שטערן“, אין מאָסקװער
זשורנאַל „יונגװאַלד“. אין אײנעם פֿון זײַנע
אױטאָביאָגראַפֿישע לידער דערצײלט
ער מיט אַ שמײכל, װי אַזױ עס האָט זיך
אָנגעהױבן זײַן דיכטערישער װעג: „מיט
אַ קלומיקל און מיט מײַנע צװאַנציק יאָר,
אַ נידעריטשקער און אַ דאַרינקער, מיט
אױסגעקרימטע פֿיסלעך, אין צעריסענע,
פֿאַרשטױבטע שטיװעליעטן, און מיט אַ
קאָפּ געקרױזטע האָר פֿון אונטער היטל
דעם סאָלדאַטישן דעם גלאַנציק־פֿעטן
אַראָפּגעקומען בין איך אין דער גרױסער
שטאָט צו די פּאָעטן... אַלע מענטשן פֿון
דער גרױסער שטאָט קוקן נאָך מײַן הולך
און מײַן טראָט... װער זשע קען עס שטױסן
זיך אױף דעם, אַז אין קלומיקל אין מײַנעם,
אין אַ העמד — אײַנגעװיקלט, אײַנגענײט
און אײַנגעדרײט מײַנע לידער מיט אַ לעבל
ברױט?..“ דאָס ליד איז באַצײכנט מיטן יאָר
1930, און אין אַ יאָר אַרום לאָזט שױן
אַרױס דער יונגער דיכטער זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג. דערנאָך קומען אײנס
נאָכן אַנדערן נײַע זאַמלונגען, און ער
װערט אײנער פֿון די פּאָפּולערסטע פּאָעטן,
באַזונדערס, אין װײַסרוסלאַנד. אין סאַמע
אָנהײב פֿון דער מלחמה, אין 1941, גײט ער
פֿרײַװיליק אַװעק אין דער רויטער אַרמיי
און געפֿינט זיך אַלע מלחמה־יאָרן אױפֿן
פֿראָנט, באַטײליקט זיך אין די שלאַכטן פֿאַר
בערלין, װוּ אַ מינע האָט אים אָפּגעריסן
אַ פֿוס. נאָך דער מלחמה קערט ער זיך
אום קײן מינסק, דערנאָך לעבט ער אַ צײַט
אין מאָסקװע, דרוקט זיך אין דער צײַטונג
„אײניקײַט“. אין 1947 פֿאָרט ער אַריבער
קײן ביראָבידזשאַן, װוּ מען באַשטימט אים
פֿאַרן פֿאַראַנטוואָרטלעכן רעדאַקטאָר פֿונעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן“. די סטאַלינישע רעפּרעסיעס קעגן דער ייִדישער
קולטור מײַדן אים נישט אױס, ער װערט
אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ צפֿון־לאַגער. נאָך דער רעהאַביליטאַציע איז ער
װידער געקומען קײן מינסק. פֿון אָנהײב
1960ער יאָרן איז ער געװען אַ מיטגליד פֿון
דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, װוּ ער האָט געדרוקט לידער און עסײען. אַ גרױסע צאָל
פּאָעטישע װערק פֿאַרעפֿנטלעכט ער אין
װאַרשעװער „פֿאָלקס־שטימע“ און „ייִדישע
שריפֿטן“. אין 1974 איז ער עולה געװען.
אין ישׂראל הײבט זיך אָן אַ נײַער שװוּנג
פֿון זײַן שאַפֿערישער טעטיקײט, װאָס האָט
געדױערט מער פֿון צען יאָר.
װערק: „װי דאָס לעבן טײַער“, לידער, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1931; „אונדזער כאָר“, לידער, מינסק, 1933; „קינדער“ דערצײלונגען, מינסק, 1933; „אױף דער װישקע“, קינדער־פּיעסע, מינסק, 1934; „יונגער לענינעץ“, לידער, מינסק, 1934; „פֿאַראַן אַ פֿאָרפּאָסט“, פּיעסע, מינסק, 1935; „גײן זאָל זיך גרינג“, לידער, מינסק, 1936; „אָן אַ שאָטן“, לידער, מינסק, 1936; „אַראָן קיסלער“, פֿאַרצײכענונג, קיִעװ, 1939; לידער־ציקל אין דער זאַמלונג „האָריזאָנטן“, מאָסקװע, 1965; „יאָרן, יאָרן מײַנע...“, לידער, מאָסקװע, 1973; „די ערד פֿאַרשטײט“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, 1976; „מײַן מאַמעס אָנבליק“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, 1977; „מײַן דמיון־בריק“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, 1978; „פֿרישע װינטן“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, 1980; „דער מאָסקװער מישפּט איבער די ביראָבידזשאַנער“ תּל־אָבֿיבֿ, 1981; „אין זיבן זונען“, תּל־אָבֿיבֿ, 1983; „דער דרױסן־מענטש“, תּל־אָבֿיבֿ, 1986.
אױף רוסיש: Упорство, טאַשקענט, Добры̆и Шмуля ;1960, מאָסקװע, 1965; Земляника на ладони, מאָסקװע, Бьется сердце родника;1965, מאָסקװע, Кузнец на сосне ;1969, מאָסקװע, 1971.
