עסעיִסטקע, מעמואַרן־שרײַבערין. געבױרן אין בערשאַד, אוקראַיִנע, פֿון וואַנען זי איז צוזאַמען מיט דער מאַמען אַריבערגעפֿאָרן קײן מאָסקװע. דאָרט האָט זי פֿאַרענדיקט אַ ייִדישע שול און אָנהײבנדיק פֿון די 1930ער יאָרן אַרבעט װי אַ מאַשיניסטקע אין דער צײַטונג און פֿאַרלאַג „דער עמעס“. שפּעטער — אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און אין דער רעדאַקציע פֿון זײַן צײַטונג „אײניקײַט“. דאָס לעצטע אָרט פֿון איר אַרבעט פֿאַרן פּאָגראָם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור סוף 1940ער יאָרן, איז געװען די רעדאַקציע פֿונעם אַלמאַנאַך „הײמלאַנד“. אומגעקערט האָט זי זיך צו איר ייִדישער שרײַבמאַשינקע ערשט אין אָנהײב 1960ער יאָרן, װען עס האָט אָנגעהױבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. אין דעם זשורנאַל האָט זי אױך פֿאַרעפֿנטלעכט עסײען און זכרונות װעגן משה ליטװאַקאָװן, פּרץ מאַרקישן, דוד בערגעלסאָנען, שמואל האַלקינען, איציק פֿעפֿערן, לײב קװיטקאָ, אלי פֿאַלקאָװיטשן, דער ניסתּר, שיקע דריזן, ז. װענדראָפֿן. זינט 1993 לעבט זי אין דער שטאָט דעטרױט (אַמעריקע).
װערק: „צװישן ייִדישע שרײַבער“ (זכרונות פֿון אַ מאַשיניסטקע), בײַלאַגע צום זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד“, נומ׳ 3, 1982.
