פֿאָלקלאָריסט, מוזיק־פֿאָרשער. געבױרן אין ייִשובֿ טאַמאַכאָװקע, קיִעװער געגנט, אוקראַיִנע. אין 1905 געקומען קײן קיִעװ, װוּ געלערנט זיך עקסטערן אין גימנאַזיע. פֿון 1910 שטודירט מוזיק און אין צװײ יאָר אַרום געװאָרן אַ װיאָלאָנטשעליסט אין קיִעװער אָרקעסטער. נאָכן פֿאַרענדיקן די קיִעװער און לענינגראַדער קאָנסערװאַטאָריעס (ער האָט אין זײ געלערנט אין 1915–1924) געװאָרן אַ לערער פֿון מוזיק אין ייִדישע שולן און זיך אָנגעהױבן פֿאַרנעמען מיט זאַמלען ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר. מוזיק אונטערריכט ער אין מאַלאַכאָװקער (הינטער מאָסקװע) ייִדישער קאָלאָניע, אין קיִעװער פּעדאַגאָגישן טעכניקום און װערט אַ הײסער פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון ייִדישער מוזיק־קונסט, גײט אַרײַן אין באַשטאַנד פֿון פּאָליטיש־קינסטלערישן ראָט פֿון קיִעװער ייִדישער קאַפּעליע „ייִדװאָקאַנס“ (1930–1936). אין די זעלבע יאָרן װערט ער פֿאַרװאַלטער פֿונעם קאַבינעט פֿאַר מוזיק־פֿאָלקלאָר אינעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַ דער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. אין די יאָרן 1937–1947 פֿאַרװאַלטעט ער מיט דער פֿאָלקלאָר־סעקציע אין זעלבן אינסטיטוט. פֿון די יונגע יאָרן זאַמלט ער ייִדישע פֿאָלקסלידער און מעלאָדיעס, און בעת זײַן אַרבעט אינעם אינסטיטוט, צײלט אָן זײַן קאָלעקציע העכער 3,000 מוזיק־װערק, פֿאַרשריבענע בײַם פֿאָלק. אין 1944 פֿאַרטײדיקט ער אַ דיסערטאַציע און באַקומט דעם טיטל קאַנדידאַט פֿון מוזיק־װיסנשאַפֿטן. סוף 1940ער יאָרן, װען דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור (שױן בלױז אַ קאַבינעט פֿאַר ייִדישער קולטור) װערט פֿאַרמאַכט און זײַנע מיטאַרבעטער אַרעסטירט, אַרעסטירט מען אים אױך. על־פּי נס האָט אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿון זײַנע זאַמלונגען זיך פֿאַרהיט און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן קװאַל פֿאַר שטודירן די מוזיק־קונסט פֿון ייִדישן פֿאָלק.
װערק: „ייִדישער מוזיק־פֿאָלקלאָר“, ב׳ 1, מאָסקװע, 1934; „ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזיק“, קיִעװ, 1937; (צוזאַמען מיט איציק פֿעפֿער) „ייִדישע פֿאָלקס־לידער“, דאָרט, 1938; „ייִדישער פֿאָלקלאָר ביז דער אָקטאָבער־צײַט“ (פּראָיעקט, קאַבינעט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַ דער אוקראַיִנישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע), אופֿאַ, 1942; „ייִדישע פֿאָלקס־לידער“ (ייִדיש אין לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע), מאָסקװע, 1962; Old Jewish Folk Music (געזאַמלט און פֿאַרשריבן פֿון משה בערעגאָווסקי), פֿילאַדעלפֿיע, 1982; „פּורים־שפּיל“, קיִעוו, 2001.
