פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג, עסײיִסט. געבױרן אין אָכרימאָװע (סאַרנע), אוקראַיִנע. אין אַ משפּחה פֿון אַ װאַלד־ און תּבֿואה־הענדלער. אין 1901 אַריבערגעפֿאָרן קײן קיִעװ, אין 1903 — קײן אָדעס, אין 1904 — קײן װאַרשע. אין אָט די יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט זעלבסטבילדונג, שטודירט די העברעיִשע און רוסישע ליטעראַטור. זײַן ליטעראַטור־שאַפֿונג אָנגעהױבן אױף רוסיש און העברעיִש. דעם העברעיִשן װאַריאַנט פֿון דער ערשטער דערצײלונג „אַרום װאָקזאַל“ האָט ער אָנגעשריבן אין 1906 און אים געפּרוּװט פֿאַרעפֿנטלעכן אין דער צײַטונג „הזמן“ אונטערן טיטל „ריקות“ (פּוסטקײט), נאָר דאָס װערק איז ניט אָנגענומען געװאָרן. דער מחבר איז דערווײַל אַריבערגעגאַנגען אױף ייִדיש. נאָך אַ רײ אומגעלונגענע פּרוּװן צו דרוקן זיך אין די ייִדישע אױסגאַבעס אין װילנע און װאַרשע גיט ער אַרױס אין 1909 אין װאַרשע אױף זײַן אײגענעם חשבון די דערצײלונג „אַרום װאָקזאַל“, װאָס איז גלײַך אױפֿגענומען געװאָרן װי אַ װיכטיקע דערשײַנונג אין דער ליטעראַטור. אַ גרױסן רושם האָט געמאַכט זײַן ראָמאַן „נאָך אַלעמען“, װאָס איז דערשינען אין 1913 אין װילנע. דער דאָזיקער ראָמאַן, װי אױך די דערצײלונג „אין אַ פֿאַרגרעבטער שטאָט“ (קיִעװ, 1919), האָבן אים געבראַכט די אַלגעמײנע אָנערקענונג פֿון אַן ערשטראַנגיקן פּראָזע־מײַסטער. בײַנאַנד מיט די קלאַסיקער און מיט אַזעלכע נײַע שאַפֿער, װי שלום אַש, אַבֿרהם רײזען, װערט ער אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער ליטעראַטור, װי אַ קינסטלער־נאָװאַטאָר מיט אַן אײגענעם סטיל. ער איז דער שאַפֿער פֿונעם פּסיכאָלאָגישן דערצײלערישן זשאַנער אין דעם נאָכקלאַסישן פּעריאָד פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון 1917 שליסט ער זיך אָן אין דער בױונג פֿון דער נײַער קולטור און ליטעראַטור, דרוקט זײַנע װערק אין די אַלמאַנאַכן — „אײגנס“ (1918–1920) און „אױפֿגאַנג“ (1919), איז אײנער פֿון די גרינדער פֿון דער „קולטור־ליגע“ אין קיִעװ און באַטײליקט זיך אַקטיװ אין איר פֿאַרצװײַגטער קולטור־אַרבעט. אין 1920 פֿאָרט ער אַריבער קײן מאָסקװע, נאָר אין 1921 פֿאַרלאָזט ער ראַטן־פֿאַרבאַנד און באַזעצט זיך אין בערלין, װאָס איז דעמאָלט געװאָרן אײנער פֿון די גרעסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור. פֿון בערלין מאַכט ער אַ נסיעה איבער רומעניע, באַזוכט די ייִדישע ייִשובֿים פֿון בעסאַראַביע און בוקאָװינע. ער װערט אַ שטענדיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרװערטס“. אָבער אין 1926 גײט ער אַריבער אין פּראָ־סאָװעטישן לאַגער און װערט אַ מחבר פֿון דער קאָמוניסטישער ייִדישער צײַטונג „פֿרײַהײט“. סוף 1928 מאַכט ער אַ נסיעה קײן צפֿון־אַמעריקע, װוּ ער בלײַבט אַ האַלב יאָר, דערנאָך קערט ער זיך אום קײן בערלין. אין 1933, נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, פֿאַרלאָזט ער דײַטשלאַנד, װױנט אין קאָפּענהאַגען, און באַזעצט זיך אין 1934 אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער פֿאַרברענגט אַ צײַט אין ביראָבידזשאַן, אָבער פֿון דאָרט קומט ער שױן אױף שטענדיק קײן מאָסקװע, וווּ ער פּובליקירט זײַן ראָמאַן־עפּאָפּײע „בײַם דניעפּער“. בעת דער צװײטער וועלט־מלחמה איז ער אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע קאָלעגיע פֿון דער צײַטונג „אײניקײַט“. נאָר עס קומט אָן דאָס יאָר 1948, װען דער סטאַלין־רעזשים נעמט פֿאָר אַכזריותדיקע הענקערישע אַקציעס קעגן דער ייִדישער ליטעראַטור און אירע באַדײַטנדיקסטע שאַפֿער. בערגעלסאָנען אַרעסטירט מען דעם 23 יאַנואַר 1949, באַשולדיקט אין פֿיל „זינד“ קעגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און צוזאַמען מיט נאָך 12 מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט װערט ער דערמאָרדערט דעם 12 אױגוסט 1952.
װערק: פּרטימדיקע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע ידיעות זען אין: חנא שמערוק (רעד.), „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“, ירשולים, 1987; Sherman and Estraikh (eds), David Bergelson, אָקספֿאָרד, 2007.
