דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבױרן אין קײדאַן, ליטע, אַ זון פֿון אַ שנײַדער. צו 12 יאָר געבליבן אַ יתום, געמוזט מפֿרנס זײַן די מוטער, לערנענדיק מיט חדר־ייִנגלעך און ישיבֿה־בחורים. דעביוטירט מיט אַ ליד אין 1912. אין אָנהײב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אַרױסגעשיקט געװאָרן צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן קײן אוקראַיִנע. אין אָדעסער צײַטונג „אונדזער לעבן“ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרעסערע דערצײלונג „אַ נײַע בעט“. אַריבערגעפֿאָרן קײן כאַרקאָװ, געאַרבעט דאָרט װי אַ קאָרעקטאָר אינעם פֿאַרלאַג „ייִדיש“, איבערגעזעצט פֿאַרן טעאַטער „אונדזער װינקל“ קאָמעדיעס פֿון לודװיג פֿולדאַ, עדמאָנד ראָסטאַן א״אַנד, געדרוקט לידער און פּאָעמעס אין „כאַרקאָװער צײַטונג“, אין זשורנאַל „קונסט־רינג“. אין 1920 — אין מינסק, מיטגעאַרבעט אין פֿאַרשײדענע ייִדישע אױסגאַבעס. צוריקגעקומען קײן ליטע, און אין 1925 עמיגרירט קײן אַרגענטינע, געדרוקט לידער, רעצענזיעס, פּעדאַגאָגישע אַרטיקלען, רעדאַגירט דעם זשורנאַל „נײַע װעלט“, געװען לערער אין שולן. אין 1931 געקומען אױף שטענדיק קײן ראַטן־פֿאַרבאַנד, געװױנט אין כאַרקאָװ. נאָך דער מלחמה זיך באַזעצט אין טשערנאָװיץ, געװען דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער מאָסקװער „אײניקײַט“, געדרוקט אַרטיקלען און רעפּאָרטאַזשן. װען אין מאָסקװע האָט אָנגעהױבן דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, סיסטעמאַטיש געדרוקט לידער און זכרונות. געשטאָרבן אין טשערנאָװיץ.
װערק: „אױפֿן זונענטרעפּ“, לידער, קאָװנע, 1923; „שפּיגלען“, ראָמאַן, דאָרט, 1924; „אַרבשולאָרג“, פּאָעמע, בוענאָס־אײַרעס, 1928; „לידער פֿון קאַמף“, בוענאָס־אײַרעס, 1930; „כואַן זשאָרקע רעדט“, לידער, מינסק, 1932; „באַריקאַדעס אונטער פּאַלמעס“, דערצײלונגען און פֿאַרצײכענונגען, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1933; „איך בין יונג“, לידער און פּאָעמעס, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; „לידער“, כאַרקאָװ, 1934; „אָן אַ הײם“, ראָמאַן, ערשטער בוך, קיִעװ, 1936; צװײטער בוך, קיִעוו, 1938; „הײם“ (דריטער בוך פֿון „אָן אַ הײם“), לװאָװ, 1940; „נײַע לידער“, קיִעװ, 1938; „די לעצטע נײַעס“, קיִעװ, 1938; „ביראָבידזשאַנער פֿאַרצײכענונגען“, קיִעוו, 1941; „בײַם לירישן קװאַל“, לידער, מאָסקװע, 1977.
