Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Frumkin, Ester

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

אסתּר (פֿרומקין)

1880–1943

ליטעראַטור־נאָמען פֿון מלכּה ליפֿשיץ. געבױרן אין מינסק, אין אַ באַלעבאַטיש־סוחרישער, לומדיש־משׂכּילישער שטוב. ביז 11 יאָר געלערנט תּנ״ך, געענדיקט אַ גימנאַזיע אין מינסק און אָנגעקומען אױף די בעסטוזשעװ־קורסן אין פּעטערבורג, שפּעטער געװען אױך אַ פֿרײַע צוהערערין אין בערלינער אוניװערסיטעט. זיך אומגעקערט קײן מינסק, געװען עטלעכע יאָר לערערין אין מינסקער פּראָפֿעסיאָנעלער שול פֿאַר מײדלעך. אין 1901 אַרײַנגעטראָטן אין „בונד“ און געװאָרן אַן אַקטיװע טוערין אין דער פּאַרטײ. צו אירע ערשטע ליטעראַטור־אַרבעטן געהערט די איבערזעצונג אױף ייִדיש פֿון ג. קאָראָלענקאָס דערצײלונג „די אַגדה פֿון קיניג אַגריפּוס און פֿלאָרוס, דעם פּראָקוראַטאָר פֿון יהודה“. געװען דומע־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער װילנער בונדישער טאָג־צײַטונג „דער װעקער“, אײנע פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון אַנדערע בונדישע אױסגאַבעס. געדרוקט אַרבעטן װעגן ייִדישער נאַציאָנאַלער דערציִונג און שול־פֿראַגעס. זיך באַטײליקט אין דער טשערנאָװיצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908. אין די יאָרן 1910–1914 געװען עטלעכע מאָל אַרעסטירט, אַנטלאָפֿן קײן אױסלאַנד, זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד און װידער אַרעסטירט געװאָרן. אין 1914 פֿאַרשיקט אױף צפֿון פֿון רוסלאַנד. אין 1917 זיך באַזעצט אין מינסק, אַרײַן אין צענטראַל־קאָמיטעט פֿון „בונד“, געװאָרן רעדאַקטאָר פֿון בונדישער צײַטונג „דער װעקער“, אױסגעװײלט געװאָרן אין מינסקער שטאָט־ראָט און אין דער קהילה, געװאָרן פֿאַרװאַלטער פֿון בילדונג־אָפּטייל פֿון דער שטאָט און גובערניע. געלײענט לעקציעס, געדרוקט אַרטיקלען אין דער פּרעסע. נאָך דער 11ער קאָנפֿערענץ פֿון „בונד“, אין 1919, איז זי אַװעק אױף לינקס, און אין 1920 געװאָרן די פֿירערין פֿון „קאָמבונד“, דערנאָך אַריבער צו דער ייִדן־סעקציע בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געװאָרן אַ מיטגליד פֿון רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג „דער עמעס“, געדרוקט טעאָרעטישע אַרטיקלען און ביכער, איבערגעזעצט אין ייִדיש אַ באַנד װערק פֿון װ. אי. לענין. אין 1922 באַשטימט געװאָרן אױף דער שטעלע פֿון פּראָרעקטאָר פֿונעם מאָסקװער מערבֿ־אוניװערסיטעט און אין 1925 געװאָרן רעקטאָר פֿונעם אוניװערסיטעט. אין 1936 האָט מען אים פֿאַרמאַכט, אין זײַן בנין האָט מען געגרינדעט אַן אינסטיטוט פֿון אױסלענדישע שפּראַכן, און אסתּר איז באַשטימט געװאָרן פֿאַר זײַן רעקטאָר. דאָ האָט זי געאַרבעט ביזן אַרעסט, דעם 25סטן יאַנואַר 1938. מען האָט זי געמישפּט ערשט אין יולי 1940 צוזאַמען מיט אַ גרופּע געװעזענע פֿירנדיקע טוער פֿון „בונד“ און איר באַשטימט 8 יאָר פֿאַרשיקונג. זי האָט מען פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער הינטער דער שטאָט קאַראַגאַנדאַ (קאַזאַכסטאַן), װוּ זי איז געשטאָרבן אין לאַגער־שפּיטאָל דעם 9 יוני 1943.

װערק: „צו דער פֿראַגע װעגן דער ייִדישער פֿאָלקס־שול“, װילנע, 1910; „שול־פֿראַגן“, פּעטערבורג, 1917; „הירש לעקערט“, מאָסקװע, 1922; Фрумкина М.ЯДоло̆и раввинов!, מאָסקווע, 1923; „לענין און זײַן אַרבעט“, מאָסקווע, 1925; „מיט לענינס װעג“, מאָסקווע, 1925 „אָקטאָבער־רעװאָלוציע“, מאָסקווע, 1928; „װעגן דער אָפּאָזיציע“, מאָסקווע, 1928; „פֿאָרװאָרט צום בוך ’ייִדן אין פֿססר׳“, מאָסקווע.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.