דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבױרן אין
שטעטל טשערניכאָװ,
אוקראַיִנע. אין 1930
געענדיקט דעם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן
אינסטיטוט, דערנאָך
געלערנט זיך אין
דער אַספּיראַנטור און
פֿאַרטײדיקט אַ דיסערטאַציע („די שאַפֿונג
פֿון דוד האָפֿשטײן“) אױפֿן טיטל קאַנדידאַט
פֿון פֿילאָלאָגישע װיסנשאַפֿטן. דעביוטירט
מיט לידער אין מינסקער זשורנאַל „שטערן“
(1926). אַ באַגאַבטער ליריקער, האָט
ער אָפּגעשפּיגלט אין זײַן שאַפֿונג די װײטיקדיקע איבערבױ־פּראָצעסן אין ייִדישן
שטעטל אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעװאָלוציע און באַזונדערס — אין פּעריאָד
פֿון „נעפּ“ („נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק“),
די געשעענישן בעתן בירגערקריג אין
אוקראַיִנע. נאָך אַ װיכטיקע טעמע איז
געװען אין זײַן שאַפֿונג — דאָס אַרײַנדרינגען פֿון דער ייִדישער שטעטלדיקער יוגנט
אין דער גרױסער אינדוסטריע. די אַלע
מאָטיװן האָט ער באַשריבן אין זײַנע לידער־זאַמלביכער „אין װוּקס“ און „שאַכטע“.
אַ גרױס אָרט פֿאַרנעמען אין זײַן שאַפֿונג
לידער און מעשׂהלעך פֿאַר קינדער. אָנהײב
1930ער יאָרן האָט ער פֿאַרלאָזט מאָסקװע
און אַריבערגעפֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן.
געאַרבעט דאָרטן אין דער געגנטלעכער
ייִדישער און רוסישער פּרעסע, װי אױך
װי דער סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע
פֿון דעם זשורנאַל „פֿאָרפּאָסט“, געדרוקט
לידער, באַלאַדעס, סקיצעס, געװידמעט
דער בױונג פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמען
געגנט און אירע מענטשן, װעלכע זײַנען
געקומען פֿון אַלע עקן װעלט מיט אַ טרױם
צו בױען אַ נײַע, אַ ייִדישע הײם. זײַנע
לידער זײַנען געװען זײער פּאָפּולער צװישן
דער ייִדישער סטודענטישער יוגנט. ער איז
געװען אױך אַ באַגאַבטער פּראָזאַיִקער, און
אין זײַנע דערצײלונגען און ראָמאַנען זײַנען
די הױפּט־מאָטיװן געװען די זעלבע, װי אין
זײַן פּאָעזיע. באַזונדערס, טײלט זיך אױס
זײַן אױטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן „אָשרל
און זײַנע פֿרײַנד“, װאָס איז דערשינען שױן
נאָך זײַן טױט. געשריבן האָט ער אױך
אַרטיקלען איבער אַקטועלע פּראָבלעמען
פֿון דער ליטעראַטור. נאָך פֿאַרן אָנפֿאַל פֿון
היטלערס מיליטער אױפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד
איז בוזי אָליעװסקי, װי אַן אָפֿיציר, גערופֿן
געװאָרן אין אַרמיי. געדינט האָט ער אין
אַ מיליטער־טײל, װאָס איז אין 1941 געשטאַנען אױף דער סאַמע מערבֿ־גרענעץ און
אָנטײל גענומען אין די ערשטע שלאַכטן.
אומגעקומען איז ער אין האַרבסט 1941.
װערק: „אין װוּקס“, לידער, מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1930; „אַלץ העכער און העכער“, לופֿט־פֿאַרצײכענונגען, מאָסקװע,
1933; „שאַכטע“, פּאָעמע, מאָסקווע, 1933;
„ביראָבידזשאַנער לידער“, מאָסקווע, 1938;
„אַ נאַכט אױפֿן אַמור“, מאָסקווע, 1938;
„אָנהײב לעבן׳׳ דערצײלונגען, מאָסקווע,
1939; „אױף ביראָבידזשאַנער ערד“, לידער,
מאָסקווע, 1940; „לידער“, מאָסקווע, 1940;
„אָשרל און זײַנע פֿרײַנד“ (די געשיכטע פֿון אַ ייִנגל), מאָסקווע, 1947.
Ося и его друзья,
מאָסקווע, 1956;
В ясном свете , מאָסקווע, 1960;
Начало жизни , מאָסקווע, 1967.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Olyevski, Buzi
אָליעװסקי, בוזי
1908–1941
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl