פּראָזאַיִקער, דיכטער, דראַמאַטורג. געבױרן אין ליפּקאַן, בעסאַראַביע. געלערנט אין חדר, אױך אין אַ גימנאַזיע אין דער שטאָט קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, שטודירט שפּראַכן, באַזונדערס פֿראַנצױזיש. פֿון 1918 געלעבט אין רומעניע, געװען אַ צײַט אַן אַרומפֿאָרנדיקער אינסטרוקטאָר און לעקטאָר פֿון דער ייִדישער קולטור־פֿעדעראַציע. דעביוטירט אין דער ליטעראַטור אין 1920. אין 1930 עמיגרירט קײן אַרגענטינע, געװען פֿאַרװאַלטער פֿון אַ ייִדישן יתומים־הױז אין בוענאָס־אײַרעס. אין 1931 זיך אומגעקערט קײן רומעניע, זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשײדענע באַשעפֿטיקונגען. געלעבט אין בוקאַרעשט. דערנאָך אין טשערנאָװיץ, און אין די מלחמה־יאָרן — אין צענטראַל־רוסלאַנד. אין 1945 געקומען צוריק קײן טשערנאָװיץ, געאַרבעט אין אָרטיקן ייִדישן מלוכה־טעאַטער, װאָס איז אַריבערגעפֿירט געװאָרן קײן טשערנאָװיץ פֿון קיִעװ. װי אַ צאָל אַנדערע טשערנאָװיצער ייִדישע שרײַבער סוף 1940ער יאָרן געװען רעפּרעסירט, זיך אומגעקערט פֿון פֿאַרשיקונג אין סיביר אין 1955 און ממשיך געװען די ליטעראַטור־טעטיקײט. אָנהײב 1960ער יאָרן געװען אַן אַקטיװער מחבר אין „סאָוועטיש היימלאַנד“. געשטאָרבן אין טשערנאָװיץ.
װערק: „בלענדעניש“ (דערצײלונגען), טשערנאָװיץ, 1926; „די װינער קאַרעטע“, בוקאַרעשט, 1935; „מדרש פּנחס“ (ראָמאַן), דאָרט, 1936; „װאָרצלען“, מאָסקװע, 1948; „געקליבענע װערק“, ניו־יאָרק, 1955; „אױסגעװײלטע שריפֿטן“, מאָסקווע, 1974; „בײַם פֿענצטער“ (זקנישע נאָטיצן), מאָסקווע, 1980; „די װינער קאַרעטע“ (ראָמאַן, דערצײלונגען, נאָװעלן), מאָסקווע, 1980; „בעומק הראי“, תּל־אָבֿיבֿ, Корни ;1967, מאָסקווע, 1959.
