Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Oyslender, Nokhum

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

אױסלענדער, נחום

1893–1962

דיכטער, פּראָזאַיִקער, קריטיקער, ליטעראַטור־ און טעאַטער־פֿאָרשער. געבױרן אין שטעטל כאָדאָרקאָװ, װאָלינער גובערניע, אוקראַיִנע. אין די יאָרן 1906–1911 געלערנט אין רוסישע גימנאַזיעס אין קיִעװ און אָדעס. אין 1911–1914 שטודירט מעדיצין אין בערלינער אוניװערסיטעט. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם מעדיצינישן פֿאַקולטעט אין קיעװ (1919) פֿרײַװיליק אַװעק אין דער
רױטער אַרמײ, געדינט װי אַ דאָקטאָר. אױף די פֿראָנטן געשאַפֿן די ערשטע לידער און עסײען. דאָס בוך „גרונט־שטריכן פֿון ייִדישן רעאַליזם“ האָט אים אַרױסגערוקט אױפֿן פֿאָדערונג פֿון דער ייִדישער קריטיק און ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט. אין די װײַטערדיקער אַרבעטן האָט ער אַנאַליזירט די שאַפֿונג פֿון אַ רײ אָנגעזעענסטע שרײַבער (שװאַרצמאַן, האָפֿשטײן, אַש א״אַנד). אין די 1930ער יאָרן פּובליקירט ער די ליטעראַטור־היסטאָריע אַרבעטן „מענדעלע און זײַנע מיטגײער“, „דער יונגער שלום־עליכם און זײַן ראָמאַן סטעפּעניו“, די קאַפּיטאַלע פֿאָרשונג װעגן ייִדישן טעאַטער, װעלכע צײכנס זיך אױס מיט אַ טיפֿן װיסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג צו די פּראָבלעמען. אין די יאָרן 1925–1926 האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער ליטעראַטור־סעקציע פֿונעם ייִדישן אָפּטײל בײַ דער װײַסרוסישער אַקאַדעמיע, פֿון 1926 ביז 1931 – מיט דער ליטעראַטור־סעקציע אין אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַ דער אוקראַיִנישער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון 1931–1933 רעדאַקטירט די געזאַמלטע װערק פֿון שלום־אַליכם אין כאַרקאָװ,
פֿון די װיכטיקע אױסגאַבעס פֿון ייִדישע קלאַסיקער, װי אױך פֿון װיסנשאַפֿטלעכער זשורנאַלן, זאַמלונגען, אַלמאַנאַכן, לערנביכער, כרעסטאָמאַטיעס. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז ער געװען אַ מיטגליד פֿון דער היסטאָרישער קאָמיסיע בײַם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין די יאָרן 1936–1948 האָט ער מיטגעאַרבעט מיטן קאַבינעט פֿון ייִדישער שפּראַכן, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר בײַ דער אוקראַינישער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. די לעצטע צװײ יאָר פֿון זײַן לעבן אָנגעפֿירט מיטן קריטישן אָפּטײל פֿונעם מאָסקװער זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד“.

      װערק: „לידער“, קיעװ, 1917; „האַלבער טאָג“ (לידער) סמאָלענסק, 1921; „פֿראָנט“ (לידער), קיעװ, 1922; „גרונט־שטריכן פֿון ייִדישן רעאַליזם“, קיעװ, 1919; „װעג־אײַן, װעג אױס“ (ליטעראַרישע עפּיזאָדן), קיעװ, 1924; „אַ. גאָלדפֿאַדען. מאַטעריאַלן פֿאַר אַ ביאָגראַפֿיע“ (צוזאַמען מיט או. פֿינקעל), מינסק, 1926; „דער יונגער שלום־אַליכעם און זײַן ראָמאַן סטעמפּעניו״, קיעװ, 1928; „אױף לודמירער װעג“, קיעװ, 1930; „ייִדישער טעאַטער“ (1887–1917), מאָסקװע, 1940.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.