געזעלשאַפֿטלעכער טוער, היסטאָריקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער. געבױרן אין גראָדנע. גאָר יונג אַרײַנגעצױגן געװאָרן אין דער אַרבעטער־באַװעגונג. אין 1905 געמוזט אַנטלױפֿן קײן אױסלאַנד, זיך באַזעצט אין לידס, ענגלאַנד, געשריבן קאָרעספּאָנדענצן אין אַנאַרכיסטישער צײַטונג „אַרבעטער־פֿרײַנד“. אין 1906 אַװעק קײן אַמעריקע, אַ געװיסע צײַט געװען אין שיקאַגאָ אַ שנײַדער, אַ סטראַכיר־אַגענט און געדרוקט אַרטיקלען אין פֿאַרשײדענע ייִדישע צײַטונגען. אין 1917, צוזאַמען מיט אַ גרופּע פּאָליטישע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פֿאַרלאָזט אַמעריקע, געקומען קײן פּעטראָגראַד און גלײַך באַקומען אַן אױפֿטראָג צו אָרגאַניזירן ייִדישע קאָמיסאַריאַטן אין דער פּראָװינץ. סוף 1918 באַשטימט געװאָרן װי קאָמיסאַר פֿאַר ייִדישע ענינים איבער װיטעבסקער גובערניע, רעדאַקטאָר פֿון דער װיטעבסקער ייִדישער צײַטונג „דער פֿרײַער אַרבעטער“. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם מאָסקװער קאָמיסאַר פֿאַר ייִדישע ענינים ש. דימאַנשטײן, האָט ער געגרינדעט אין מאָסקװע דעם זשורנאַל „די קאָמוניסטישע װעלט“. אין אױגוסט 1919, דורך דעם פּױלישן פֿראָנט, זיך דערשלאָגן װי אַ קעסל־הײצער אױף אַן ענגלישער פֿראַכטשיף קײן אַמעריקע, װוּ געדרוקט אַרטיקלען װעגן ראַטן־פֿאַרבאַנד אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. נאָר אין גיכן זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד. אין די 1920ער — אָנהײב 1930ער יאָרן געלעבט אין מינסק, אַ געװיסע צײַט געװען פֿאַרװאַלטער פֿונעם פּאַרטײ־אַרכיװ בײַם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ פֿון װײַסרוסלאַנד און אָנפֿירער פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור בײַ דער װײַסרוסישער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. ער האָט עטלעכע מאָל זיך געטראָפֿן מיט לענינען און געהאַט מיט אים געשפּרעכן איבערהױפּט װעגן דער רעװאָלוציע־באַװעגונג אין אַמעריקע. אין 1920, װען אין אַמעריקע האָט זיך אָנגעהױבן אַ באַװעגונג פֿאַר געבן סאָװעט־רוסלאַנד פּראַקטישע הילף, איז ער װידער געשיקט געװאָרן אין פֿש״אַ מיטן אױפֿטראָג צו אָרגאַניזירן דעם ענין און פֿאַרן אָפּפֿאָרן געהאַט אַ באַגעגעניש מיט לענינען. אין דער צװײטער העלפֿט 1930ער יאָרן האָבן אין אַ רײ מינסקער און מאָסקװער צײַטונגען זיך אָנגעהױבן באַװײַזן אַרטיקלען, אין װעלכע מ׳האָט אים באַשולדיקט אין טראָצקיסטישע און בונדיסטישע „אָפּנײגונגען“. אין יולי 1937 האָט ער זיך געפֿונען אין מאָסקװע, אין מאַרץ 1938 איז ער צוריק געקומען קײן מינסק, נאָר אין זעלבן יאָר אַרעסטירט געװאָרן. צו ערשט, איז ער געזעסן אין מינסקער תּפֿיסה, סוף 1939 האָט מען אים אַריבערגעפֿירט קײן אָרשע, װוּ אַ געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט אױף פֿאַרשיקונג אין פּאַװלאָדאַר (קאַזאַכסטאַן). אין אַפּריל 1941 איז ער אומלעגאַל געקומען קײן מאָסקװע, זיך באַגעגנט מיט אַ רײ ייִדישע שרײַבער און זיך װידער אומגעקערט קײן פּאַװלאָדאַר. דאָרט איז ער געשטאָרבן דעם 19טן אױגוסט 1947.
װערק: „די באַדײַטונג פֿון דער ערשטער ייִדישער קאָמוניסטישער קאָנפֿערענץ“, װיטעבסק, 1918; „דער ייִדישער אַרבעטער אין דער קאָמוניסטישער באַװעגונג. 1917– 1921“, מינסק, 1925; „אױפֿן היסטאָרישן פֿראָנט (קעגן דער אידעאַליזאַציע פֿון ׳בונד׳), מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1930; „די רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג אין װײַסרוסלאַנד“, דאָרט, 1931; „דער מאָסקװער פּראָלעטאַריאַט אױף די באַריקאַדן“, דאָרט, 1931; „דער קאַמף קעגן ׳בונד׳“, מאָסקװע, 1932; „די אָקטאָבער־שלאַכטן אין מאָסקװע“, דאָרט, 1933; „די סאָציאַליסטישע ליטעראַטור אױף ייִדיש אין 1875–1897“. ב׳ 2, 1935.
Еврӗискйи рабочйи в коммуни-; 1926 ,מינסק, стическом движении Очерки по истории революционного 1928 ,מינסק , движения в Белоруссии
