פּראָזאַיִקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער. געבױרן אין לוצק, אוקראַיִנע. אין 1919 פֿאַרענדיקט אַ מיטלשול אין דער הײמשטאָט. אין 1921 זיך באַזעצט אין קיִעװ און
געאַרבעט װי אַ לערער פֿון ייִדישער
שפּראַך און ליטעראַטור, געװען אַן
אַספּיראַנט בײַ דער
ייִדישער קאַטעדרע
פֿון דער אוקראַיִנישער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, שפּעטער — מיטאַרבעטער אין דער סעקציע פֿון
ליטעראַטור בײַם קיִעװער אינסטיטוט פֿאַר
ייִדישער קולטור. דעביוטירט אין 1926 אין
כאַרקאָװער זשורנאַל „די רױטע װעלט“
מיט דערצײלונגען װעגן דעם ייִדישן לעבן
אין פּױלן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. אין די װײַטערדיקע יאָרן געװען
אַקטיװ אין קינסטלערישער ליטעראַטור
און אין דער ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט. דאָס
באַװוּסטע װערק זײַנס איז „הערשל שאַמײַ“,
אַ ראָמאַן װעגן דעם לעבן פֿון אַ ייִדישן
סאָװעטישן אַרבעטער. בײַנאַנד מיט פּראָזע־װערק האָט ער געדרוקט װיסנשאַפֿטלעכע
אַרטיקלען איבער דער געשיכטע פֿון דער
ייִדישער ליטעראַטור. זיך אַקטיװ באַטײליקט אין דער שפּראַך־באַראַטונג אין
קיִעװ, װעלכע איז פֿאָרגעקומען אין מײַ
1934. אין 1937 באַשולדיקט געװאָרן אין
ייִדישן נאַציאָנאַליזם, טראָצקיזם און אין
אַנדערע אַנטיסאָװעטישע טענדענצן. אין
1937 האָט מען אים אַרעסטירט. זײַן װײַטערדיקער גורל איז ניט באַװוּסט.
װערק: „מענדעלע מוכר־ספֿרים. זײַן
לעבן און זײַנע װערק“, קיִעװ, 1927; „הערשל
שאַמײַ און אַנדערע דערצײלונגען“, קיִעװ,
1929; „זיך אײַנגעשלאָסן“, קיִעװ, 1930;
„הערשל שאַמײַ“ (צװײטע, איבערגעאַרבעטע אױפֿלאַגע), קיִעװ, 1931; „קוזבאַס“, קיִעװ,
1932; „אין קאַמף קעגן שׂונאים“, מינסק,
1932; „װעגן אונדזער פּראָזע“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; „דערצײלונגען“, קיִעװ, 1933;
„הערשל שאַמײַ“, צװײטער טײל, קיִעװ,
1934; „עטיודן און מאַטעריאַלן צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־באַװעגונג אין פֿסס״ר“, כאַרקאָװ, 1934; „אין
דער באַרגיקער שאָריע“, קיִעװ, 1943; „באַרישעװס בריגאַדע“, קיִעװ, 1934;Гершл Шапсӑи
מאָסקווע־לענינגראַד, 1931;
Страницы прошлого, מאָסקווע, 1965.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Abtshuk, Avrom
אַבטשוק, אַבֿרהם
1897–1937
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl