דיכטער. געבױרן אין װײַסרוסלאַנד. באַקומען אַ הײמישע בילדונג. יונגערהײט אָנגעהױבן אַרבעטן, צו ערשט װי אַ געזעל בײַ אַסטאָליער, דערנאָך אױף פֿאַרשײדענע אונטערנעמונגען. געװען אײנער פֿון די ערשטענאָכרעװאָלוציאָנערע פּראָלעטאַרישע דיכטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דעביוטירט מיטלידער אין דער צײַטונג „דער פֿרײַער אַרבעטער“ (װיטעבסק) און אין װאָכן־זשורנאַל „קולטור און בילדונג“ (מאָסקװע) אין 1918. סוף 1920ער יאָרן געלעבט אין קיִעװ, װוּ געדרוקט לידער אין די ייִדישע פּעריאָדישע אױסגאַבעס פֿון אוקראַיִנע. געװען אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַטור־אַסאָציאַציע „פּראָלעטקולט“. די הױפּט־מאָטיװן פֿון זײַן שאַפֿונג: פּאָליטישע און ליבע־ליריק, בילדער פֿון אַרבעטער־לעבן.
װערק: „אױף כװאַליעס פֿון צײַטן“, כאַרקאָװ, 1930; „אױף דער װאָגשאָל“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; „אין ריטעם פֿון לעבן“, קיִעװ, 1937; „קינדהײט“ (פּאָעמע), קיִעװ, 1939; „אױף אונדזער ערד“, קיִעוו, 1940.
