Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Beyder, Khayim

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

בײדער, חײם

1920–2003


— דיכטער, זשורנאַליסט, ליטעראַטור־פֿאָרשער. דאָס װאָלינער שטעטל קופּעל, װוּ ער איז געבױרן געװאָרן, האָט מיט גאָרנישט זיך נישט אױסגעטײלט פֿון הונדערטער אַנדערע װאָלינער און פּאָדאָליער ייִדישע שטעטלעך, נאָר איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור דערמיט, װאָס נאָך אין יאָר 1796 איז דאָרט געװען אַ ייִדישע דרוקערײַ, אײנע פֿון די ערשטע ייִדישע דרוקערײַען אין דער רוסישער אימפּעריע. זײַן טאַטע, װעלקע דער קירזשנער און פּעלצנמאַכער, האָט שרײַבן און לײענען נישט געקענט, אָבער געװאָלט, אַז זײַנע קינדער — צװײ זין און דרײַ טעכטער — זאָלן זײַן געבילדעטע מענטשן. נאָך אין גאָר יונגע יאָרן איז חיים געװאָרן אַ בקי אין דער ייִדישער ליטעראַטור און שױן אַלײן געפּרוּװט עפּעס שרײַבן. זײַן ליד „אין לאַגער“ האָט אָפּגעדרוקט אין 1933 די ייִדישע קינדער־צײַטונג „זײַ גרײט“, װעלכע איז אַרױסגעגאַנגען אין כאַרקאָװ, דער דעמאָלטיקער הױפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, און איז אין 1935 אײַנגעשלאָסן געװאָרן אין דער זאַמלונג „קינדער־שאַפֿונג“, װאָס עס האָבן צונױפֿגעשטעלט לײב קװיטקאָ און איציק גרינזײַד. דאָס איז געװען זײַן דעביוט און צוגלײַך די הױפּט־סיבה, פֿאַר װאָס אין אַ יאָר אַרום איז ער אָנגענומען געװאָרן אין אָדעסער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען אַװעק יאָרן פֿון לער און יאָרן פֿון שאַפֿערישן װוּקס. נאָך אײן לערן־יאָר אין זשיטאָמירער ייִדישן ראַבפֿאַק (אַרבעטער־פֿאַקולטעט) װערט ער אַ סטודענט פֿון דער ייִדישער אָפּטײלונג בײַם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און ציט זיך אַרײַן אין דער שטורמישער ייִדישער ליטעראַטור־סבֿיבֿה, װוּ עס האָבן געװירקט נאָטע לוריע, אירמע דרוקער, חנא װײַנערמאַן, אײַזיק הובערמאַן און אַ צאָל אַנדערע ייִדישע שרײַבער. קײן אָדעס פֿלעגן אָפֿט אַראָפּקומען — פֿון מאָסקװע, קיִעװ, מינסק — אַהרן גורשטײן, יחזקאל דאָברושין, פּרץ מאַרקיש, איזי כאַריק, שמואל האַלקין, און אין אָט דער סבֿיבֿה האָט דער יונגער דיכטער זיך געפֿילט װי אַ פֿיש אין װאַסער. אין די ייִדישע פּעריאָדישע אױסגאַבעס „יונגע גװאַרדיע“, „דער שטערן“, „דער עמעס“, „סאָװעטיש“ האָבן זיך געדרוקט זײַנע לידער. זײַן לעצטע פֿאַרמלחמהדיקע פּובליקאַציע איז געװען אין מאָסקװער אַלמאַנאַך „סאָװעטיש“ (נומ׳ 12 פֿאַרן יאָר 1941, געװידמעט שלום־עליכמען) — די באַלאַדע „נערװי“, װאָס פּרץ מאַרקיש האָט בײַ אים גענומען בעת זײַן לעצטן באַזוך אין אָדעס. אַ דיפּלאָמירטער לערער, האָט ער אין 1940 אָנגעהױבן אַרבעטן אין אַ רוסישער שול אין דאָרף זלאַ־טאָוסטאָװקע (דניעפּראָפּעטראָװסקער געגנט, אוקראַיִנע), אונטערריכט רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור (די ייִדישע שולן האָט מען שױן צו יענער צײַט אומעטום אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געשלאָסן). האַרבסט 1941 עװאַקויִרט ער זיך קײן טורקמעניסטאַן, אַרבעט אין דער געגנטלעכער שטאָט טאַשאַוז אין דער רוסישער און טורקמענישער פּרעסע, דרוקט לידער און קאָרעספּאָנדענצן אין מאָסקװער „אײניקײַט“. אין מערץ 1946 קערט ער זיך אום קײן אוקראַיִנע, באַזעצט זיך אין דער שטאָט פּראָסקוראָװ, אַרבעט אין דער געגנטלעכער אוקראַיִנישער צײַטונג, דרוקט זיך אין דער „אײניקײַט“ און אין קיִעװער אַלמאַנאַך „דער שטערן“. אין יולי 1947 אָרדנט אײַן די ייִדישע סעקציע פֿון אוקראַיִנער שרײַבער־פֿאַרבאַנד אַ באַגעגעניש מיט אים, בעת װעלכער מיט אַ װאָרט װעגן זײַן שאַפֿן טרעט אַרױס דוד האָפֿשטײן. דער יונגער דיכטער גרײט צו אַרױסצוגעבן די ערשטע לידער־זאַמלונג, נאָר דאָס װערט נישט מקױם: עס הייבן זיך אָן רעפּרעסיעס. פֿון 1946 ביז 1970 אַרבעט בײדער אין דער אוקראַיִנישער פּרעסע, דרוקט עסײען אין געביט פֿון אוקראַיִנישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, שרײַבט לידער אױף אוקראַיִניש, אַרבעט װי אַ לערער און אַ געװיסע צײַט װי אַ דירעקטאָר פֿון אַן אוקראַיִנישער מיטלשול אין אַ װײַטן דאָרף פֿון קאַמענעץ־פּאָדאָלסקער ראַיאָן, טרעט אױף מיט רעפֿעראַטן װעגן דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור, אַרבעט איבער אַ דיסערטאַציע װעגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם אוקראַיִנישן שרײַבער, דיפּלאָמאַט און מלוכה־טוער איװאַן (ישׂראל) קוליק (אין 1937 געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די סטאַלינישע רעפּרעסיעס). אין 1970 פֿאַרלאָזט ער מיט דער משפּחה קאַמענעץ־פּאָדאָלסק און פֿאָרט אַריבער קײן לענינגראַד. אין די יאָרן 1971–1972 לעבט ער און אַרבעט אין ביראָבידזשאַן. אָנגענומען די אײַנלאַדונג פֿון דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, באַזעצט ער זיך אין מאָסקװע (1973) און װערט דער שטעלפֿאַרטרעטער בײַם הױפּט־רעדאַקטאָר. דאָ הײבט זיך אָן דער סאַמע פֿרוכטבאַרער פּעריאָד אין זײַן שאַפֿן. איצט איז ער ניט בלױז אַ דיכטער, נאָר אױך אַ רעדאַקטאָר, אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער, אַ לערער אין דער ייִדישער גרופּע אױף די העכסטע ליטעראַרישע קורסן פֿון יונגע שרײַבער; שרײַבט אָן די ליברעטאָ פֿאַרן ערשטן ספּעקטאַקל פֿונעם נײַ־געשאַפֿענעם אין מאָסקװע ייִדישן מוזיק־טעאַטער — „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל“ (1978), שאַפֿט לערן־ביכער פֿאַר ייִדישע שולן, שרײַבט אָן בײַ 1,000 אַרטיקלען פֿאַר דער „רוסלענדישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע“ (1994–1997) װעגן די שעפֿער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון יאָר 1996 לעבט ער אין ניו־יאָרק, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער ייִדישער פּרעסע זײַנע אַרטיקלען. פֿון דער צװײטער העלפֿט 1998 איז ער רעדאַקטאָר פֿונעם עלטסטן ייִדישן זשורנאַל „די צוקונפֿט“. נאָך לעבנדיק אין מאָסקװע, איז ער געװאָרן אַ מיטגליד פֿון רוסישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד, פֿאַרדינסטפֿולער קולטור־טוער פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, לאַורעאַט פֿון דעם אַטראַן־פּרײַז בײַם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס (1991) און פֿון דעם דוד האָפֿשטײן־פּרײַז (2000), ישׂראל; געאַרבעט אין דער צײַטונג „פֿאָרװערטס“ און געפֿירט אַ ליטעראַרישע רובריק „פֿריש אין זכּרון“ אין דער װעכנטלעכער ראַדיאָ־„פֿאָרװערטס“־שעה. געשטאָרבן דעם 7טן דעצעמבער 2003 אין ניו־יאָרק.

       װערק: „חנוכּת־הבית“ (לידער און באַלאַדעס), מאָסקװע, 1979; „ברײטע רחבֿותן“ (רײַזע־נאָטיצן), מאָסקווע, 1986; „צו דער מענדעלע־פֿאָרשונג“ (ליטעראַרישע עסײען), מאָסקווע, 1986; „די װעגן, װאָס מיר אַנטדעקן“ (פֿאַרצײכענונגען, עסײען, ליטעראַטור־פֿאָרשערישע אַרטיקלען, לירישע רעפּאָרטאַזשן), מאָסקווע, 1991; „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל“. ליברעטאָ אין פֿערזן; 1980; „אַלף־בית“ (צוזאַמען מיט דרײַ אַנדערע מחברים), כאַבאַראָװסק, 1982; „ייִדיש“ (גראַפֿיק און פֿאָנעטיק), לערנבוך פֿאַר אָנפֿאַנגער, קעשענעװ, 1992; „ייִדישער אַלף־בית אין בילדער“, מאָסקװע, 1990; „ייִדישע פֿאָלקס־װערטלעך“, מאָסקווע, 1990; „רעטענישן“, מאָסקווע, 1990; אין דער איבערזעצונג אױף רוסיש: Близкие стихи) дали), כאַבאַראָווסק, 1993; (Моя погода (стихи, מאָסקווע, 1985; Анекдоты Гершеле Острополера, ירושלים־מאָסקווע, 2000; Литературные этюды, קיִעוו, 2004.

 

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Updates: Tetiana , Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl, Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.