[פֿון דער פּאָזיציע פֿון סופֿר, שמואל־אבא -- בײַם סוף]
נאָכן אױסבראָך פֿון צװײטן װעלט־קריג (1939) געהאָלפֿן אײַנאָרדענען ייִדישע פּליטים, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון פּױלן קײן רומעניע. נאָכן אָנפֿאַל פֿון דײַטשלאַנד אױף רוסלאַנד (יוני, 1941) אָנגעקומען מיט דער פֿאַמיליע אין באָרשטשיװער געטאָ, װאו געװען טעטיק אין ייִדישן קאָמיטעט פֿאַר סאָציאַלער הילף. אַ צײַט זיך געהאַט אױסבאַהאַלטן, אָבער אױג׳, 1943, דערשאָסן געװאָרן אין גאַס מיט זײַן פֿרױ און צװײ טעכטער. (די עלטערע טאָכטער, בריטא סופֿר, איז אױך געװען אַ דיכטערין. אירע לידער, אָנגעשריבן אין באָרשטשיװער געטאָ, זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אין ספר באָרשטשיװ, פֿ״ג „י. ל. פּרץ־ביבליאָטעק“, ת״א, 1960, זז׳ 226–230.)
