[פֿון דער פּאָזיציע פֿון סאַראַבסקי, בנימין -- בײַם סוף]
(ב. ס׳־ס שװעסטער, רחל, אַ לערערין אין די װילנער געטאָ־שולן, פֿאַרשיקט דערנאָך אין די לעטישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, האָט געשריבן לידער. אין ש. קאַטשערגינסקי לידער פון די געטאָס און לאַגערן זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אירע לידער: „דינאַװערקער ײדן“ און „װען ס׳קומט דער פֿרילינג“, זז׳ 262–263. זי איז דערשאָסן געװאָרן אַ פּאָר טעג פֿאַר דער באַפֿרײַאונג בײַ אַ פּרואװ צו אַנטלױפֿן פֿון לאַגער. די מאַמע מיט נאָך אַ שװעסטער, כיענע, זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן אין 1941 אױף פּאָנאַר.)
