[פֿון דער ביאָגראַפֿיע פֿון יודקאָװ, שמעון.]
זײַן ברודער, יוסף יודקאָװ, האָט איבערגעזעצט פֿאַרן שפּינאָזאַ־בוך (נ״י, 1932, זז׳ 23–33) הערי װאטאנס „שפּינאָזאַס פֿילאָסאָפֿיע און די ייִדן“ און (צוזאַמען מיט ש. װינער) איבערגעזעצט דעם „טראַקטאַט װעגן דער אױסבעסערונג פֿון אינטעלעקט“ (דאָרט, זז׳ 185–239).
