[געבױרן אין] קעלץ, פּױלן. —זשורנאַליסט. געלערנט אין חדר און פֿאָלקשול. צו 12 יאָר קאַמאַשן־שטעפּער און גלײַכצײַטיק זיך אָפּגעגעבן מיט אַלײן־בילדונג. צו 19 יאָר אַרײַן אין „בונד“. אַ קורצע צײַט געלעבט אין לאָדזש. סוף 1939 אַנטלאָפֿן קײן סאָװעט־רוסלאַנד, דאָרטן פֿאַרשיקט
געװאָרן קײן אוזבעקיסטאַן. 1945 צוריק אין לאָדזש, 1946 אַװעק קײן פּאַריז און 1954 — קײן ניו־יאָרק. — אָנגעהױבן שרײַבן רעפּאָרטאַזשן אין נײַע פֿאָלקסצײַטונג (װאַרשע) און אַרטיקלען אין קיעלצער לעבן. שפּעטער אין דאָס נײַע לעבן (לאָדזש־װאַרשע), אונזער שטימע (פּאַריז), גערעכטיגקײט (נ״י). פֿון 1955 שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון פֿאָרװערטס (דאָרטן געשריבן קאָרעספּאָנדענציעס פֿון פּױלן שױן פֿון 1937). דרוקט דאָרטן מערסטנס אַרטיקלען װעגן יזכּור־ביכער, איבערלעבענישן פֿון געראַטעװעטע פֿון חורבן־אײראָפּע און װעגן לעבן פֿון די נײַ־געקומענע אין אַמעריקע. פּסעװד׳ — י. כאַימסאָן, י. שמואל, א. שאול, י. זאַק, א. קיעלטשינסקי, ש. עסטערמאַן, ש. מאַלקעס, ש. קראַקאָװסקי, א. בענדער (נאָר אין לעצטע נײַעס, תּ״א).
