[געבױרן אין] װילנע. —
באַקומען ייִדיש־װעלטלעכע דערציאונג אין פֿאָלקשול,
גימנאַזיע און פֿאָלקס־אוניװערסיטעט. אײנער פֿון די
ערשטע אַספּיראַנטן אין װילנער ייִװאָ און פֿון זײַנע
ייִנגסטע מיטאַרבעטערס (1928–1935). אַקטיװ אין
דער לינקער באַװעגונג. 1936 באַקומען סטיפּענדיע פֿון
מאָסקװער אוניװערסיטעט („מײַרעװקע“), אָנגעקומען
צו די מאַסן־אַרעסטן אין סאָװעט־רוסלאַנד, אַרעסטירט
געװאָרן און פֿאַרשיקט אין תּפֿיסות און לאַגערן ביז
1946. 1947–1953 אין האַװאַנאַ, װאו געװען
פֿאַרװאַלטער פֿון דער „אָרט“־פֿאַכשול און פֿון ייִדישן
צענטער אין האַװאַנאַ. 1953–1958 אָנפֿירער און
מיטאַרבעטער פֿון װילנער ייִװאָ־אַרכיװ אין נ״י,
שפּעטער געאַרבעט װי אַ זעצער. אין נ״י אָרגאַניזירט
דעם פֿאַרבאַנד „נוסח װילנע“. — פֿאַרנעמט זיך מיט
קלײַבן און פֿאָרשן מאַטעריאַלן װעגן ייִדישער
ליטעראַטור און ייִדישן טעאַטער, גאָר באַזונדערס
װעגן ייִדישן װילנע. 1928 דעביוטירט מיט
רעפּאָרטאַזשן אין װילנער טאָג (אַ פּאָר קינדערלידלעך
שױן 1920 פֿאַרעפֿנטלעכט אין גרינינקע בײמעלעך). װי
אײנער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דער ייִדישיסטיש־סאָציאַליסטישער סקױטן־באַװעגונג אין װילנע „בין“,
מיטרעד׳ אירע בין־בלעטלעך (1929–1930) און
זשורנאַל מױערן (1934–1935, 4 נומ׳); אַרױסגעגעבן
די בראָשורן (א״פּ לײזער) בין און ייִדישיזם — בײדע
אין בין־ביבליאָטעק, 1934, 18 און 16 זז׳. געשריבן
לידער (טעקסטן און מוזיק) פֿאַר דער „בין“,
טעאַטערס „דאַװקע“ און „מײַדים“. טײל זײַנען
פּובליקירט געװאָרן: הענט און ציגל, מוזיקאַלישער
ליטמאָנטאַזש. דאָרטן, 1934 (העקטאָגראַפֿירט, א״פּ
לאַזאַראַנו); זינגענדיק, װילנע, 1936. 2 העפֿטן צו 16
זז׳ (א״פּ ראַלײ). געשריבן און אױפֿגעפֿירט סקױטישע
פּיעסן: בײַ נאַכט אױפֿן װינטער־לאַגער, װי אין לאַגער
איז געװען, געראָטפֿרײד א״אַ. איבערגעז׳ פֿאַר
טעאַטער־אַנסאַמבלען: רידלעי, אַ צוג — אַ געשפּענסט
(1929); װאָלפֿי, איך האָב באַזיגט דעם קריזיס (1935),
מיהאַלי איסטאַװאַן, איך בין 26 יאָר אַלט (1935/36).
פֿון איבערגעז׳ סאָװעטישע הומאָרעסקעס
אינסצעניזירט אַ רעװי אין 18 בילדער צו גאַסט אין
כאָטשיצאַ־קאָליצאַ. — מיטגעאַרבעט אין די לינקע
װ״בל קורץ, נײַס, װאָך, צײַטונג און מיטרעד׳ װיסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל עטיודן (1934–1935), אױפֿבױ (נאָװ׳
1934 – יאַנ׳ 1935). נאָך דער מלחמה רעד׳ זמ״ב
בלעטער װעגן װילנע (לאָדזש, װילנער פֿאַרבאַנד,
1947. 80, XLV זז׳). אין האַװאַנאַ אַרױסגעגעבן:
„אָרט״־בולעטינען (1948–1949); אָרט־יובל אַלמאַנאַך
(1950, 64 טאָפּלזײַטן); רעד׳ ייִדיש־שפּאַנישע
זאַמלביכער: װעגן ייִדישער קינדער־דערציאװג אין קובאַ
(1947, 20 זז׳); המשך אױף קובאַנער ערד (1951, 172
טאָפּלזײַטן); די לעגענדע פּרץ (1952. 52 זז׳ ייִדיש, 24 שפּאַניש, און אַ בײַלאַגע פֿאַר שולקינדער, 16 זז׳); זאָג נישט קײן טאָל ... יזכּור־שריפֿט (1952. 68 זז׳). צונױפֿגעשטעלט דאָס יובל־זאַמלבוך פֿון דער לײַ־קאַסע בײַם פֿרױען־פֿאַראײן (1952, 104 זז׳). מיטגעאַרבעט אין די אָרטיקע ייִדישע אױסג׳. — מיטאַרבעטער פֿון ז. זילבערצװײַגס לעקסיקאַן פֿון ייִדישן טעאַטער און פֿון לעקסיקאָן פֿון דער נײַער יִדישער ליטעראַטור (בב׳ 1–8). געװען רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿון אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע, ייִדן. בב׳ ד–ה. טײלן פֿון ר׳ס אַ מאָנאָגראַפֿיע װעגן ייִדישן לעבן אין קובאַ זײַנען געדרוקט אין זמ״ב המשך אױף קובאַנער ערד און אין אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע (ייִדן, ה׳. נ״י, 1957. זז׳ 421–435). פֿאַרן צװײטן (ניט־אַרױסגעגעבענעם) באַנד פֿון אַרכיװ פֿון ייִדישן טעאַטער צוגעשטעלט די אַרבעט ייִדן־דײַטש טעאַטער אין אַדעס (1862–1872). אַ טײל פֿון אַ צוגעגרײט בוך צום דרוק א״ט צו דער געשיכטע
פֿון ייִדיש טעאַטער אין װילנע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין ייִדיש טעאַטער אין אײראָפּע צװישן בײדע װעלט־מלחמות. ב׳ 1 (נ״י, 1968. זז׳ 228–264) און אַ קאַפּיטל װעגן העברעאישן טעאַטער אין װילנע — אין החינוך והתּרבות העברית באירופּה בין שתּי מלחמות העולם (נ״י, 1957). צוזאַמען מיט מ. פֿלאַקסער און אַ. פּאָמעראַנץ צונױפֿגעשטעלט פֿאַרן ייִװאָ אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָװעט־רוסלאַנד, 1917–1948. האָט אין מאַנוסקריפּט אַ געאָגראַפֿישן אינדעקס פֿון ייִדישע ייִשובים אין אײראָפּע, טײל מאַטעריאַל אַרײַן אין דער גרױסער ייִדישער װערטערבוך (נ״י, 1961–). אַרױסגעגעבן אַ
ב׳ לידער פֿון לײזער װאָלף, מיט הקדמה פֿון ה. לײװיק און אַרײַנפֿירן און ביבליאָגראַפֿיע (נ״י, 1955). צונױפֿגעשטעלט רשימות פֿון די אומגעבראַכטע ייִדיש־סאָװעטישע שרײַבערס, אַרטיסטן און מאָלערס (טײל אַרײַן אין פֿאַלקס־משפּט (נ״י, 1956). ר׳ האָט אָפּגעפֿונען די פֿיר װאַריאַנטן פֿון י.ל. פּרצעס מאָניש און כּסא שלמה (ייִװאָ־בלעטער, פּרץ־נומער, 1937). — אױסער די דערמאָנטע שריפֿטן אַרױסגעגעבן: אַש פֿון ירושלים דליטאַ. עסײען. נ״י, װילנער פֿאַרלאַג [פֿון ל. ראַן], 1959. 366 זז׳; פֿון אליהו בחור ביז הירש גליק. קאַרטן־לעקסיקאָן פֿאַר 400 יאָר ייִדישע ליטעראַטור. דאָרטן, 1963. 100 קאַרטן און בראָשור 40 זז׳; ה. גליק, דער הימן פֿון יִדישן װידערשטאַנד, אין 11 שפּראַכן מיט מוזיק. דאָרטן, 1972. 16 זז׳; ירושלים
דליטאַ. אילוסטרירט און דאָקומענטירט ... אַ טעמאַטישער װעגװײַזער ... פֿאַר 500 יאָר ייִדיש לעבן און שאַפֿן אין װילנע ... מיט דערקלערונגען ... אין ייִדיש, עברית, ענגליש און רוסיש ... און אַ פֿילשפּראַכיקע טעמאַטישע ביבליאָגראַפֿיע [אין ב׳ 3]. נ״י, 1974–1975. 3 בב׳ (1,000 זז׳ אַלבאָם־פֿאָרמאַט). פּסעװד׳ — ה. רײש, ראַלײ, לאַזאַראַנו, לײזער, ל־ן א״אַ.
מ. מינקאָװ, יובל־העפֿט „מפֿיצי־השכּלה“. װילנע, 1933; י. װאַרשאַװסקי [י. באַשעורס], פֿאָרװערטס, 10טן יוני, 1950 און יולי 8, 1962; י. לעשטשינסקי, אַקטועלע ידיעות װעגן ייִדישן לעבן, נ״י, 1951: 4; ח. שאָשקעס, טאָג, אַפּריל 5, 1953; ש. ניגער, דאָרטן, אַפּריל 7, 1955; י. גלאַטשטײן, אידישער קעמפֿער, נ״י, נאָװ׳ 16, 1956; ב.צ. גאָלדבערג, טאָג, אַפּריל 5, 1957; מ. דװאָרזשעצקי, גאָלדענע קײט, תּ״א, 1960: 38; מ. ראַװיטש, צוקונפֿט, נ״י, מערץ 1961; ח. ליבערמאַן, פֿאָרוערטס, יולי 19, 1961; ז. זילבערצװײַג, דאָרטן, יוני 8, 1962; אַברהם שולמאַן, דאָרטן, דעצ׳ 8, 1974; יודל מאַרק, גאָלדענע קײט, תּ״א, 1975: 86.
S. Liptzin, Jewish Bookland, N.Y., May 1963; L. Davidowiez, Commentary, N.Y., Oct. 1975; D. Levin, Soviet Jewish Affairs, London, 1976, vol. 6:1.
tonoon. ,4976 vo. .6.1
