[געבױרן אין] װילנע. — [געשטאָרבן אין] עסטאָנישער לאַגער. — געלערנט אין ייִנגלשול „מפֿיצי השכּלה“ און גורעװיטש־גימנאַזיע. צו 13 יאָר אַרױסגעגעבן (מיט אַ צװײטן אָנפֿאַנגער־פּאָעט, יוסף הערנהוט) אַ העפֿטל לידער א״נ זאַלבעצװײט. (װילנע, דרוקערײַ ראָזענטאַל, 1929. 16 זז׳). פֿון צײַט צו צײַט געדרוקט לידער, הומאָרעסקעס און אַרטיקלען אין אָװנט־קוריער, װילנער עקספּרעס, די צײַט. אײנער פֿון די הױפּטשרײַבערס פֿאַר די רעװי־פֿאָרשטעלונגען אין װילנער געטאָ. ר׳ס לידער ישראליק. צו אײנס. צװײ. דרײַ. כװיל נאָר אײן מאָל זען מײַן הײם. װער זאָגט, אַז אַ ליבע שפּילן א״אַ זײַנען געזונגען געװאָרן אין װילנע און אַנדערע געטאָס און קאַצעטן. 13 ר׳ס געטאָלידער און רעװי־נומערן (טײל מיט מוזיק) האָט ש. קאַטשערגינסקי פֿאַרעפֿנטלעכט אין געזאַנג פֿון װילנער געטאָ (פּאַריז, 1947) און לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן (נ״י, 1948).
ז. זילבערצװײַג, 5; ב. מאַרק, אומגעקומענע שרײַבער; ישורין־ אַרכיװ, ייִװאָ.
ל. ר.
