[געבױרן אין] בילגאָרײַ, פױלן. — [געשטאָרבן אין] לאָנדאָן. — דערצײלערין, ראָמאַניסטין. שװעסטער פֿון י.י זינגער און י. באַשעװיס־זינגער. פֿאָטער אַ רב. געלעבט אין װאַרשע, אַנטװערפּן, פּאַריז, לאָנדאָן. פֿאַרעפֿנטלעכט דערצײלונגען אין לאָנדאָנער דאָס פֿרײַע װאָרט, װײַטשעפּל לעבט, לשון און לעבן א״אַ. — װערק: דער שדים־טאַנץ, ראָמאַן. װאַרשע, ח. בזשאָזאַ, 1936. 295 זז׳ (ענגליש א״נ דבורה); בריליאַנטן, ראָמאַן. לאָנדאָן, פֿױעלס היברו דעפּאַרטמענט, 1944. 301 [3] זז׳ (איבערגעז׳ אױף ענגליש); יחוס, דערצײלונגען און סקיצן. דאָרט, נאַראָד פּרעס, 1950. 129 זז׳; רעליקװיע [דערצײלונגען]. איבערזעצונגען: טשאַרלס דיקענס, װײַנאַכט, װאַרשע, העליאַס, 1929. 117 זז׳; בערנאַרד שאו, די פֿרױ אין סאָציאַליזם און קאַפּיטאַליזם, דאָרט, ש. גאָלדפֿאַרב, 1930. 2 בב׳.
מ. ראַװיטש, 3; מ. קרײטמאַן, לשון אן לעבן, לאָנדאָן, יוני 1954; י. באָטאָשאַנסקי, די פּרעסע, ב״אַ, אױג׳ 20, 1954; מ. גרוסמאַן, דבר, תּ״א, ט״ו כּסלו, תּשט״ו; י. װאַרשאַװסקי [י. באַשעװיס], פֿאָרװערטס, מײַ 7, 1955; ישורין־אַרכיװ, ייִװאָ.
