[גרבױרן אין] באָיערקע, לעבן קיִעװ. — [געשטאָרבן אין] מאָסקװע. — דיכטער, דערצײלער, דראַמאַטורג. פֿאַרקירצטער נאָמען פֿון קושניראָװיטש. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציאונג. נאָכן פאָטערס טױט, צו דרײַצן יאָר, פֿאַרלאָזן דעם חדר און געאַרבעט אין אַ קיִעװער קראָם. אין דער פֿרײַער צײַט זיך פֿאַרנומען מיט אַלײן־בילדונג. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה געדינט אין דער צאַרישער אַרמײ, 1920 זיך אָנגעשלאָסן אין דער רױטער אַרמײ. אָנגעהױבן שרײַבן לידער און דערצײלונגען אין 1909, האָט קושניראָװ דעביוטירט מיט אַ ליד ערשט אין 1920 אין דער רױטאַרמײאישער צײַטונג דער קאַמף מיט דער פּױלישער שלאַכטע. ביולעטין פֿון כאַרקאָװער גובערניאַלן קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ פֿון אוקראַיִנע (ייִדסעקציע). געדרוקט לידער אין דער כאַרקאָװער צײַטונג קאָמוניסט א״אַ אױסגאַבעס. 1922 אַריבערגעפֿאַרן קײן מאָסקװע. געװען אַ מיטגליד אין רעדקאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל שטראָם. װאו ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער, און זיך אַקטיװ באַטײליקט אין דער אַרבעט פֿונעם מאָסקװער קרײַז ייִדישע שרײַבערס און קינסטלערס. שפּעטער צוגעשטאַנען צו דער לינקער שרײַבער־גרופּע, װאָס האָט אָפּגעװאָרפֿן די פּראָגראַם פֿון שטראָם און האָט פּלאַנירט אַרױסצוגעבן אַן אײגענעם זשורנאַל עקראַן. 1925 איז קושניראָװ געװען אַ מיטגליד אינעם ביוראָ פֿון דער ייִדסעקציע בײַ דער מאָסקװער אַסאָציאַציע פֿון פּראָלעטאַרישע שרײַבערס. אין איר זאַמלבוך
אַקטיאַבר (1925) האָט ער פּובליקירט זײַן גרעסערע דערצײלונג „קינדער פֿון אײן פֿאָלק“, װאָס די סאָװעטיש־ייִדישע ליטעראַטור־קריטיק האָט פֿאַררעכנט װי אַ װיכטיקע דערגרײכונג אין דער נײַער ייִדישער פּראָלעטאַרישער פּראָזע. צוזאַמען מיט משה ליטװאַקאָװן אָנגעפֿירט מיטן מאָסקװער קרײַז „יונגװאַלד“ אין 1926–1927. נאָכן אױסבראָך פֿון דער דײַטשיש־סאָװעטישער מלחמה זיך פֿרײַװיליק אָנגעשלאָסן אין דער רױטער אַרמײ, אױפֿן פֿראָנט זיך אױסגעצײכנט װי אַן אָפֿיציר מיטן ראַנג פֿון קאַפּיטאַן. אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט און באַשאָנקען געװאָרן מיט עטלעכע מעדאַלן. אין דער רוסישער דיװיזיע־צײַטונג דאָבלעסט געדרוקט לידער, דערצײלונגען און פֿאַרצײכענונגען. געװען אין רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון אײניקײט און רעדאַקטאָר פֿון
אַלמאַנאַך הײמלאַנד (1947–1948). װעגן קושניראָװס טױט װערט איבערגעגעבן, אַז דער דיכטער איז אױפֿגעפֿאָדערט געװאָרן דורך דער פֿאַרװאַלטונג פֿון סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד צו האַלטן אַ רעדע אױף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון די סאָװעטישע שרײַבערס, װאָס האָט געדאַרפֿט באַהאַנדלען דעם ענין ייִדישע ליטעראַטור. אױף דער טריבונע האָט ק׳ באַקומען אַ ספּאַזמאַטישע פֿאַרשטומונג, קורץ נאָך דעם איז ער פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן און געשטאָרבן („אַלמוני“ אין גאָלדענע קײט, 1956: 25). — אין 1956 איז אין מאָסקװע אַרױס אַ ביכל ק׳ס לידער אין רוסישער איבערזעצונג. עטלעכע פֿריִאיקע לידער פֿון ק׳ס ליטעראַרישן עזבון (דאַטירט 1909–1912 און 1919) זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין סאָװעטיש הײמלאַנד (1962: 4). ק׳ האָט פּובליקירט אױך דראַמעס אין דער ייִדישער פּרעסע, װי הירש לעקערט (פֿראַגמענטן אין מינסקער שטערן, מערץ 25, 1928; עמעס־זשורנאַל, 1928; פּראָליט, 1928: 16; ליטעראַרישע בלעטער, 1928: 16); װײַס און שװאַרץ (פֿראַגמענטן אין עמעס, פֿעב׳ 2, 1934; פֿאַרמעסט, 1934: 5–6) א״אַ. עטלעכע ק׳ס דראַמעס זײַנען אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין ייִדישע טעאַטערס פֿון סאָװעט־רוסלאַנד. — ק׳ האָט צונױפֿגעשטעלט, רעדאַקטירט אָדער מיטרעדאַקטירט (אױסער פֿריִער דערמאָנטע): יוגנט, כאַרקאָװ, 1922; (מיט א.ס. ראַבינאָװיטש) ײַב־אײגנטום־קינדער. מאָסקװע, 1926; (מיט י. בראָנשטײן, אַ. װעװיאָרקע) זש׳ שטערן מינסק, 1928; (מיט י. ראַבין) פֿערצן אָקטיאַבערס. מאָסקװע, 1931; דער װעג פֿון פֿאַראַט (קאַמף קעגן בונדיזם און מענשעװיזם אין דער
ייִדישער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור). מאָסקװע־מינסק, 1932; דאָס לאַנד דאַרף קענען זײַנע העלדן. מאָסקװע, 1932; סאַװעטיש. מאָסקװע, 1934–1941; (מיט ע. גאָרדאָן, פּ. מאַרקיש) קאָמיוג. דאָרט, 1938; אָשער שװאַרצמאַנ. דאָרט, 1940. רױטאַרמײער לידער. מאָסקװע, עמעס, 1940. 32 זז׳. — ק׳ האָט אַ סך
איבערגעז׳ פֿון רוסיש: ב. פּילניאַק, ספּעראַנצאַ. (מאָסקװע, 1927. 36 זז׳); בען דזשאָנסאָן, װאַלפּאָנע. (מינסק, 1935); דאָס געזאַנג װעגן איגאָרס כאַיִל (מאָסקװע, 1938); נ.א. נעקראָסאָװ סװעלי. גיבער רוסישער (דאָרט, 1940); צוגעגרײט (מיט א. גורשטײן) אַ ייִדישע אױסג׳ אױסגעװײלטע װערק פֿון מ. א. לערמאָנטאָװ (דאָרט, 1946). — ק׳ס שאַפֿונגען זײַנען רעפּרעזענטירט אין ע. קאָרמאַנס ברענענדיקע בריקן (בערלין, 1923), דאָברושין־ראָבינס דעקלאַמאַטער (1934), אַ שפּיגל אױף אַ שטײן (תּ״א, 1964), אױף נײַע װעגן. מ. בסוקס מבחר שירה יִדיש.
J. Leftwich, Anthology (1961); J. Milbauer, Poets Yiddish d'aujoud'hui. Paris. 1936; Ch. Dobzynski, Le miroir d'un peuple. Paris, 1971.
— װערק: װענט [לידער]. קיִעװ, מעלוכע־פֿאַרלאַג, 1921. 37 זז׳; שטאַם־אַזכּאַרע [לידער, שטאַם האָט געשריבן דוד האָפֿשטײן]. מאָסקװע, שול און בוך, 1924. 15 זז׳; ברױז [לידער]. מינסק, מעלוכע־פֿאַרלאַג. 1928. 86 [2] זז׳; קינדער פֿון אײן פֿאָלק [דערצײלונגען]. מאָסקװע, שול און בוך, 1928. 16 זז׳;
הירש לעקערט [דראַמע אין 3 אַקטן]. קיִעװ, קולטור־ליגע, 1929. 103 [1] זז׳ (איבערדרוק אין 1930); די הינטישע סטעזשקע [דערצײלונג]. כאַרקאָװ, צענטרפֿאַלאַג, 1931. 24 זז׳; טױטע סאָפּקע [דערצײלונג]. כאַרקאָװ־קיִעװ, אוקרמעלוכענאַצמינד־פֿאַרלאַג, 1932. 16 זז׳; אַ געלונגענע אָפּעראַציע. קאָמעדיע אינ אײנ אַקט. דאָרט, 1934. 23 זז׳;
דראַמענ. מאָסקװע, עמעס, 1935. 232 [4] זז׳ [צוזאַמען מיט די פּיעסעס דער אורטײל און פֿאָלק. איבעראַרבעטונג פֿון לאָפּע דע װעגאַס שעפּסנקװאָל]: לידער. דאָרט, 1938. 88 [4] זז׳; אַ סימכע אין בירעפֿעלד [דערצײלונג]. דאָרט, 1938. 11 [1] זז׳; מיזרעכ אונ מײַרעװ דראַמאַטישע פּאָעמעס אונ לידער. 174 [2] זז׳: געקליבענע װערק (אױסגעװײלטע לידער פֿאַר די יאָרנ 1915–1947). דאָרט, 1947. 303 זז׳; פֿאָטער־קאָמאַנריר [לידער]. דאָרט, 1948. 124 זז׳; געקליבעוע לידער. דאָרט, סאָװעטסקי פּיסאַטעל, 1975. 205 זז׳. ק׳ איז „אײנער פֿון די טאַלאַנטפֿולסטע פֿאָרשטײערס פֿון דער נײַער ייִדיש־סאָװעטישער ליריק פֿון דעם נאָכקיִעװער פּעריאָד, זיך אַנטװיקלט אונטער דער השפּעה פֿון דוד האָפֿשטײן פֿון אײן זײַט און דער רוסישער אימאַזשיניסטישער פּאָעזיע פֿון אַ יעסענין [פֿון דער אַנדער זײַט].“ (י. דאָברושין). „דער דיכטער קומט צו אונדז מיט לאַנג־אױסגעטראָגענע, זיכערערע, געפּרעסטע צײַט־איבערלעבונגען. יעדעס ליד איז בײַ קושניראָװן אַ סך־הכּל פֿון פֿיל צײַט־שפּירונגען. אים איז אין גאַנצן פֿרעמד די צופֿעליקײט פֿון לױפֿנדיקע אומזיכערע שטימונגען ... ק׳ איז צו פֿיל פּסיכאָלאָגיש, כּדי אײַנצושליסן זיך אין די ד׳ אַמות פֿונעם אימאַזשיניזם, װאָס איז בײַ אים אַן
אָרגאַנישע סיסטעם, אָבער ניט קײן ציל.“ (ש. גאָרדאָן). ק׳ס „גרעסערע דערצײלונג קינדער פֿון אײן פֿאָלק ... איז געװען אײנע פֿון די װיכטיקסטע דערשײַנונגען אין דער ייִדישער פּראָזע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, באַצײכענענדיק איר איבערגאַנג פֿון געקינסטלטער סכעמאַטישקײט צו עכטערער קינסטלערישער שילדערונג ... דװקא אין דער פּראָזע האָט קושניראָװ געפֿונען דעם מוט צו אײַנטונקען זײַן רײַכע מײַסטערשאַפֿט אין די פֿרישע קװאַלן פֿון פּרימיטיװ.“ (נ. אױסלענדער)
ז. רײזען, 3; פּרסומים. אינדעקס; פּראָליט, 1928: 3, 7; ב. אָרשאַנסקי, רױטע װעלט, 1929: 7; י. בראָנשטײן, אַטאַקע. מאָסקװע־מינסק, 1931. זז׳ 136–155; י. דאָברושינ, אינ איבערבוי. מאָסקװע, 1932. זז׳ 39–60; אַ. װעװיאָרקע, אינ שטורעם. כאַרקאָװ, 1932. זז׳ 11–14, 56 א״װ; ס. זשוקאָװסקי, פּרוּװן. כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; נ. מײַזיל, נאָענטע און אײגענע. נ״י, 1957. זז׳ 238–254; ש. ניגער, ייִדישע שרײַבער אין סאָװעט־רוסלאַנד. נ״י, 1958. זז׳ 56–61; סאָװעטישע הרוגי מלכות; אַ. װערגעליס, סאָװעטיש הײמלאַנד. 1968: 8; ייִדישער טעאַטער אין אײראָפּע צװישן בײדע װעלט־מלחמות, ב׳ 2. נ״י, 1971. ז׳ 363; אַ שפּיגל אױף אַ שטײן. תּ״א, 1964. זז׳ 745–747.
י. אַ.
