פֿרױ פֿון מ. צאַנין (זען). געב׳ אין װאָלבראָם, פּױלן. געענדיקט אַ פּױלישע גימנאַזיע און אַ העכערע אַגריקולטור־שול אין קראָקע (זיך ספּעציאַליזירט אין גערטנערײַ). פֿון 1929 ביזן אױסברוך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה (1939) אין װאַרשע. דערנאָך איבער װילנע געקומען קײן א״י. געשריבן אַרטיקלען איבער אַלגעמײנע פֿראַגעס אין דער פּױלישער פּרעסע. געװען מיטאַרבעטערין פֿונעם פֿרױען־זשורנאַל עװא (פּױליש), װאַרשע. זינט 1952 אַריבער צו ייִדיש. שטענדיקע מיטאַרבעטערין פֿון לעצטע נײַעס, תּ״א. חוץ אַרטיקלען איבער טעאַטער און קונסט דרוקט זי דאָרטן אױך פֿעליעטאָנען אױף לױפֿנדיקע טעמעס. זינט 1966 רעדאַקטירט די פֿרױען־בײַלאַגע פֿון לעצטע נײַעס. צײכנט זיך אױס מיט אירע רעצענזיעס איבער פֿילמען אין דעם זשורנאַל אילוסטרירטע װאָך, תּ״א. דרוקט אױך א״פּ דאָריס, ד. צ., א״אַ. װאױנט אין תּ״א, ישׂראל.
ח. ל. פֿ.
