געלעבט אין אָנהײב 20סטן י״ה אין װאַרשע. געװען אַן אינזשיניער־כעמקער. געדרוקט פּאָפּולער־װיסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען אין יאַצקאַנס יודישעס טאַגעבלאַט און דאָס יודישע װאָכענבלאַט און געפֿירט די װיסנשאַפֿטלעכע אָפּטײלונג פֿון דער ראָמאַנצײַטונג — אַלע אין װאַרשע, 1907–1908. אין בוכפֿאָרם: װאָס איז חעמיע? („אַ פּאָפּולער־װיסנשאַפֿטליכער בוך פֿאַר שולען און זעלבסטלערנער“), פֿ״ג „ביכער פֿאַר אַלע“, װאַרשע, 1907, 87 זז׳.
ח. ל. פֿ.
