געב׳ אין מעזשביזש, פּאָדאָליע. געלערנט אין חדרים און שפּעטער אין ראַמײלעס ישיבה אין װילנע. אין 1923 עמיגרירט קײן אַרגענטינע. דאָרט געװאָרן אַ לערער אין אַ ײדיש־העברעאישער שול. אָנגעהױבן שרײבן נאָך אין װילנע, און זינט 1925 געדרוקט שירים אין די אַרגענטינער העברעאישע אױסגאַבעס: דרום, עתּידנו, הבימה העברית. געװען שטענדיקער מיטאַרבעטער פון די אידישע צײטונג און אַנדערע אױסגאַבעס אין אַרגענטינע. אין בוכפאָרם: פון אידישע קװאַלן, 1טער טײל, ב״א, 1944, 294 ז׳, און 2טער טײל, ב״א, 1945, 340 ז׳; דערצײל דײן זון, 351 ז׳; און ירושה פון דורות, „לעגענדעס און געשיכטעס פאַר שול און הײם“, ב״א, 1938, 328 ז׳.
ש. ראָזשאַנסקי, דאָס ײדישע געדרוקטע װאָרט אין אַרגענטינע, ב״א, 1941, ז׳ 168; װ. ברעסלער, ביבליאָגראַפישע רשימה, אַנטאָלאָגיע פון דער ײדישער ליטעראַטור אין אַרגענטינע, ב״א, 1944; די נײע צײט, ב״א, 10 דעצ׳, 1954.
