געדרוקט לידער אין סבֿיבֿה (נ״י), בײַ זין, גאָלדענע קײט — תּ״א, א״אַ. ב׳ס לידער זײַנען איבערגעז׳ אױף העברעיש, פּױליש, פֿראַנצײזיש א״אַ לשונות. מיטגרינדערין פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג ישׂראל“. פֿאַרטראָטן אין: ממעמקים, פאָלקסלידער פֿון לאַגערס און געטאָס אין פּױלן (בוקאַרעשט, 1945); ש. קאַטשערגינסקיס לידער פֿון געטאָס און לאַגערן (נ״י, 1948); מ. יפֿהס ארץ ישׂראל אין דער ייִדישער ליטעראַטור (תּ״א, 1961); ק. מאָלאָדאָװסקיס לידער פֿון חורבן תּ״ש—תּש״ה (תּ״א, 1962); אַלמאַנאַך פֿון די ייִדישע , שרײַבער אין ישׂראל (תּ״א, 1962, 1967); א. שמריס װאָרצלען (תּ״א, 1966); קאָפּשטײן־קאַצס אונטער יאַנקעלעס װיגעלע (נ״י־תּ״א, 1976); י. ח. בילעצקי, מאַמע אין ייִדישן ליד (תּ״א, 1980). — לידער־זאַמלונגען: טױבן בײַם ברונעם. תּ״א, פּרץ, 1959. 114 זז׳; בלעטער פֿון װעגן. תּ״א, ישׂראל־בוך, 1967. 126 זז׳. ליכטיקע שטײנער. דאָרט, 1982. 126 זז׳: צעשאָטענע קרעלן. לידער. דאָרט, 1982. באַקומען פּרעמיעס א״נ פֿון א. שמרי (1980): י. פֿיכמאַן (1983); א. מאַנגער (1984).
י. גלאַטשטײן, אין תּוך גענומען. ב״אַ, 1960; אַ. לעיעלעס, טאָג־מ״זש, נ״י, דעצ׳ 26, 1965; א. שפּיגלבלאַט, גאָלדענע קײט, תּ״א, 1968:62; ק. מאָלאָדאָװסקי, סביבֿה, נ״י, 30:1970; מ. יונגמאַן, גאָלדענע קײט, 78:1973; י. צ. שאַרגעל, צװישן שרײַבער און װערק. תּ״א, 1977; אַ. ליס, אין דער מחיצה פֿון שאַפֿער. תּ״א, 1978; י. ח. בילעצקי, לעצטע נײַעס, תּ״א, סעפּט׳ 3, 1982; אליהו שולמאַן, פֿאָרװערטס, נ״י, יוני 24, 1983.
ר.ג.
