[געבױרן אין] כאָראָסטקאָװ, גאַליציע. — געגאַנגען אין חדר און אין אַ העברעיִשער פֿאָלקשול. 1929 אַװעק קײן פּאַריז און 1939 זיך באַזעצט אין נ״י. 1943 דעביוטירט מיט אַ דערצײלונג (א״פּ רחל האַלפּערן) אין טאָג (נ״י, דעצ׳ 2). אין מאָרגן פֿרײַהײט (1947) איז געגאַנגען ל׳ס אַ ראָמאַן א״ט „צװישן צװײ װעלטן“. געדרוקט דערצײלונגען אין צוקוטט (1970), גאָלדענע קײט (1971), זײַן, אונדזער אײגן װאָרט — נ״י, חשבון (ל״אַ). — אין בוכפֿאָרעם: אַ רגע פֿון אמת. תּ״א, פּרץ, 1981. 253 זז׳. — „איר פּראָזע איז אַ שטענדיק אַרײנדרינגען אין די טיפֿענישן פֿון דער אײגענער נשמה און אין דעם מהות פֿון זאַכן, װאָס רינגלען זי אַרום, אין אַן אומאױפֿהעריק פּסיכאָאַנאַליזירן מיט אַ דורכױס פֿרױדישן קאָליר, אַן אַװעקרוקן די שלײערן און אױפֿדעקן די פֿאַרבאָרגענישן.“ (אַ. שפּיגלבלאַט). 1985 באַקומען די אַטראַן־פּרעמיע.
אַ. שפּיגלבלאַט, גאָלדענע קײט, תּ׳א, 1981; י. בערקמאַן, לעצסע נײַעס, תּ״א, יוני 5, 1981; י. א. ראָנטש, מאָרגן פרײַיהײט, נ״י, יוני 21, 1981. [זע 546].
