[געבױרן אין] װיזשניץ, בוקאָװינע. — געלערנט אין אַ פֿאָלקשול. 1935–1938 שטודירט גערמאַניסטיק אין װינער אוניװערסיטעט. 1941–1958 געלעבט אין אוראַל. שפּעטער אין טשערנאָװיץ, װוּ געװען לערער. 1934 דעביוטירט מיט אַ דערצײלונג אין טשערנאָװיצער בלעטער. געשריבן דערצײלונגען, נאָװעלן, סקיצן אין ליטעראַרישע בלעטער (װאַרשע), די רומענישע שױבן, די װאָן און שפּעטער אין סאָװעטיש הײמלאַנד (מאָסקװע), פֿאָלקס־שטימע (װאַרשע), נײַע פּרעסע (פּאַריז). — װערק: אױפֿן טשערמאָש. בוקאַרעשט, 1939. 67 זז׳; סאַם. טשערנאָװיץ, 1940. 64 זז׳; דאָס לעבן גײט װײַטער. דערצײלונגען, נאָװעלן, סקיצן. מאָסקװע, סאָװעטסקי פּיסאַטעל, 1980. 289 זז׳; איבערוף פֿון צײַטן. דאָרטן, 1983. 64 זז׳. גרײט צום דרוק: אַ פֿאַרשפּעטיקטער עכאָ (דערצײלונגען). װױנט אין טשערנאָװיץ. „יוסף בורג איז אַ װוּנדערלעכער שילדערער [...] זײַן פּראָזע פֿאַרמאָגט אַ הױכן קינסטלערישן הױך. ס׳איז צײטנװײַז פּאָעזיע אין פּראָזע“ (לילי בערגער).
ש. ביקל, „רומעניע“, ב״אַ, 1961; א. רױטמאַן, ייִדישע שריפֿטן, װאַרשע, 10:1964; יוליאַו שװאַרץ, פֿאָלקס־שטימע, װאַרשע, אױג׳ 1, 1977; ה. רעמעניק, סאָװעטיש הײמלאַנד, מאָסקװע, 3:1978; מ. בעלענקי, מאָרגן־פֿרײַהײט, נ״י, מערץ 7, 1981; י. קאַראַ, נײַע פּרעסע, פּאַריז, אַפּריל 25, 1981; ח. זעלצער, לעצטע נײַעס, תּ״א, יולי 1981: אליהו שולמאַן, פֿאָרװערטס, יולי 26, 1981; מ. מאַרגאָלין, סאָװעטיש הײמלאַנד, 11:1981; לילי בערגער, אונזער װאָרט, פּאַריז, דעצ׳ 12, 1981; י. אורמאַן, לעצטע נײַעס, תּ״א, יוני 25, 1982; א. קװאַסטערקאָ, פֿאָלקס־שטימע, װאַרשע, אױג׳ 28, 1982; י. ראַבין, דאָרטן, פֿעב׳ 19, 1983; ש. שטערן, מאָרגן־פּרײַהײט, נ״י, יאַנ׳ 15, 1984. ב. מילער, בירעבידזשאַנער שטערנ, מערץ 17, 1985; לילי בערגער, חשבון, ל״אַ, נומ׳ 99.
