[געבױרן אין] פּאָנעװעזש. — דיכטער. 1928 געענדיקט העבר׳ גימנאַזיע אין קאָװנע און 1933 — דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿון קאָװנער אוניװערסיטעט. אָנהײב צװײטער װעלס־מילחמה אַנטלאָפן קײן סאָװעט־רוסלאַנד און געלעבט אין אַלמאַאַטאַ. מיטן 1949 באַשולדיקט געװאָרן אין ציוניסטישער טעטיקײט און פֿאַרמישפּט אױף צען יאָר פאַרשיקונג. נאָך זײַן באַפֿרײַונג אין 1956 זיך באַזעצט אין װילנע. 1971 עולה געװען קײן ישׂראל. — דעביוטירט מיט לידער אין 1934. פֿון 1934 געאַרבעט אין ס״צ דאָס װאָרט (קאָװנע) און 1936–1940 געװען אינעװײניקסטער מיטאַרבעטער אין קאָװנער ט״צ אידישע שטימע (אונטער די סאָװעטן פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין פֿאָלקסבלאַט און דערנאָך אין דער עמעס). פון 1945 ביז סוף 1948 װילנער קאַרעספּאַנדענס פֿון מאָסקװער אײניקײַט. לידער געדרוקט — אױסער ײדישע אױסג׳ אין ליטע — אין סאַװעטיש הײמלאַנד און שפּעטער אין די ישׂראלדיקע גאָלדענע קײט, בײַ זיך, לעצטע נײַעס, ישׂראל שטימע א״אַ; צוקונפֿט (נ״י) א״אַ. באַקומען ליטעראַרישע פּרעמיעס א״נ פֿון יעקב פיכמאַן 1972), יעקב גלאַטשטײן (1974), איציק מאַנגער (1977), ראש הממשלה־פּרס (1983). אַ באַזונדער אָרט אין א׳ס שאַפֿונג פאַרנעמט דער ציקל פון 22 פּאָעמעס א״נ אַזױ איז געגאַנגען דער מענטש, װאָס הײבן אַרױס די הױפּטסטאַנציעס אין דער געשיכטע פון דער מענטשהײט. 11 פון זײ זײנען אױף תּנ״כישע טעמעס: מולד, טורעם פון בבֿל, נאָך דער עקדה, יפֿתּח, שאול א״אַ. — װערק: באַגינען. (לידער). װילנע, 1941. 80 זז׳; פּאָעמעס און באַלאַדעס פֿונ קלעם אַרױס. מאָסקװע, עמעס, 1947. 119 זז׳. מײַן גוטער קליאָן. מאָסקװע, סאָװעטסקי פּיסאַטעל, 1962. (רוסישע איבערז׳). דער האָניק פֿון דערקענטעניש. װלניוס, ליטװישער מלוכה״פאַרלאַג, 1964. (ליטװישע איבערז׳). זונענגאַנג. לידער און פּאָעמעס. מאָסקװע, סאָװעטסקי פּיסאַטעל, 1969. 239 זז׳. צװישן בליץ און דונער. לידער און פּאָעמעס. תּ״א, פּרץ־פאַרלאַג, 1973. 384 זז׳; מײַן פּאָנעװעזש. פּוניבז׳ שלי. תּ״א, איגוד יוצאי פּוניבז׳ בישׂראל, 1974. 27 זז׳ — מיט פּאַראַלעלער העבר׳ איבערז׳ פֿון א. שלאָנסקי. אין דער װעלט פֿון עקדות. לידער און פּאָעמעס. תּ״א, המנורה, 1975. 175 זז׳; געזאַנג אין לאַבירינט. לידער און פּאָעמעס. תּ״א, ישׂראל־בוך, 1977. 315 זז׳; בלױע בומעראַנגען. לידער און פּאָעמעס. תּ״א, ישׂראל־בוך, 1979. 232 זז׳; תּנ״ך־פּאָעמעס [תּ״א]. רשפֿים, 1979. 175 זז׳; בײַם עץ־הדעת. לידער. תּ״א, ישׂראל־בוך, 1981. 195 זז׳. אין העבר׳ איז אַרױס אָ׳ס אוחז הליל סכּין בּחולה. תּ״א, 1971. — אין די מאָטיװן פון דער זשורי פֿון מאַנגער־פּריז װערט צ״אַ געזאָגט: „אין זײַנע װערק דערשײַנט הירש אָשעראָװיטש װי אַ טראַכטער און באַטראַכטער פֿון די לעבנס־דערשײַנונגען אין זײער פילגעשטאַלטקײט און פֿילפֿאַרביקײט. דער סוד און יסוד פֿון זײַן פּאָעטישן גאַנג איז דאָס זוכן אַן עטישן תּיקון פֿאַר די לײַדן פֿון דעם מענטשן אין אַ װעלט פֿון עקידות.“ – „אין זײַנע לירישע לידער דאָמינירס די מחשבֿה ן...] דער דענקענדיקער מענטש, װען ער איז איבערגעלאָזן צו יך אַלײן, פֿאַרנעמט דעם אױבנאָן אין זײַו ליריק.“ (י. שטערנבערג). אין אָ׳ס שאַפֿונגען איז דאָס עלעקטועלע און דאָס לירישע אַזױ צונױפגעפלאָכטן [...], אַז מיר װײסן נישט פֿון װאָס מיר װערן פֿריער באַװירקט — פֿון דעם קלאַנג אָדער פֿון דעם בילד, פֿון דעם געזאַנג אָדער פֿון דעם געדאַנק.“ (י. יאַנאַסאָװיטש).
ש. בעליס, פֿאָלקס־שטימע, װאַרשע, נומ׳ 141, 1960; ש. שטערן, מאָרגן־פֿרײַהײט, נ״י, יוני 12, 1966; י. קאַפּלאַן, גאָלדענע קײט, תּ״א, 1968: 64; י. שטערנבערג, ייִדישע קולטור, נ״י, דעצ׳ 1968, יאַנ׳ 1969: ר. רובין, שרײַבער און װערק. װאַרשע, 1968. ז׳ 175; מ. חלמיש, על המשמר, תּ״א, אױג׳ 28, 1970; י. קאַלמאַן, נײַע פרעסע, פּאַריז, מערץ 13, 1971; מ. ראַװיטש, קענעדער אָדלער, יוני 25, 1971; י. מארק, צוקונפֿט, נ״י, אַפּריל 1972; ב. גרין, מאָרגן פֿרײַהײט, נ״י, יוני 16, 1974; י. צ. שאַרגעל, ישׂראל־שטימע, תּ״א, יולי 16, 1975; ד. ספֿאַרד, ירושלימער אַלמאַנאַך, נומ׳ 5, 1975; אַ. ליס, ייִדישע קולטור, נ״י, יאַנ׳ 1977; מ. צאַנין, לעצטע נײַעס, תּ״א, פעב׳ 18, 1977; י. קאַהאַן, צוקונפֿט, נ״י סעפּט׳ 1971; ד. װאָלפּע, ישׂראל־שטימע, תּ״א, מערץ 19, 1980; י. יאַנאַסאָװיטש, פֿאָלק, װעלט און מדינה, נומ׳ 34.
