געב. אין קראָקע אין אַ משפּחה, װאָס פירט איר יחוס פון ש״ך און של״ה. זון פון יצחק־משה ב׳. געלערנט אין חדר, ישיבות. אַ יאָר צײט פאַרבראַכט אין הױז פון קראָקעװער רב, ר׳ שמעון סופר. צו 14 יאָר אַװעק צו פוס פון קראָקע קײן בערלין, כדי אָנצוקומען אין ראַבינער־שול. געמוזט, אָבער, צוריקקומען אַהײם. געװאָרן אַ לערער אין דערפער. 1889 — אין קאָלאָמײ, איבערגענומען די רעדאַקציע פון השמש (אױפן אָרט פון ר. א. ברױדעס). 1894 געװען לערער אין לעמבערג, װאו ער האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין ײדיש־ליטעראַרישן לעבן און אין דער ציוניסטישער באַװעגונג. ב׳ איז געװען פּיאָנער פון דער ײדישער ליטעראַטור און פּרעסע אין גאַליציע. דעביוטירט אין דעם ײדישן װאָכנבלאַט הכרמל. 1898 רעדאַקטירט דאָס צװײװאָכנבלאַט העברי, געװען גרינדער און רעדאַקטאָר (פון 1904 ביז 1906) פון דער ערשטער ײדישער צײטונג אין גאַליציע (לעמבערג) — טאַגעבלאַט. אַרױסגעבער פון יודישער פאָלקס־קאַלענדאַר (1896–1912), פון זאַמלביכער שטראַהלען. מיטגעאַרבעט אין אוצר הספרות, למקרא ולששואים, חרמון, העט, דער יוד, צוקונפט, זשיטלאָװסקיס דאָס נײע לעבן, פּרדס, השלח א״אַ. געשריבן דערצײלונגען, אַלעגאָריעס, פעליעטאָנען, היסטאָרישע מאָנאָגראַפיעס, ליטעראַרישע אָפּהאַנדלונגען, פּובליציסטישע אַרטיקלען. געשריבן פּיעסעס װי: טאַטע־מאַמעס צרות, נאָנט בײם פײער, ישראל בעל שם טוב, רי חײם רײצעס, דער אַמעריקאַנער דאָקטאָר, דער טאַכטערס חתן, די גאָלדענע רױז א״אַ. אין 1912 זיך באַזעצט אין ניו יאָרק און געװען לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער פון טאַגעבלאַט און מ.־זשורנאַל. אין בוכפאָרם: צװישן בלוט און פײער, נ״י, 1916, 99 ז׳; רי ישראל בעל שם טוב,. היסטאָריש פאָלקס־שטיק אין 4 אַקטן, לעמבערג, 1922, 68 ז׳; דרײסיק דורות אידען אין פּױלן, נ״י, 1927, 494 ז׳; אײביקע אמתן פון ספרים און פונעם לעבן, װין, 1927, 304 ז׳; דברי חן ושכל, גלײכװערטלעך, נ״י, 1935, 103 ז׳; נײע האַריזאַנטן װעגן אונדזערע אַלטע ימים טובים, פ״ג „פּרדס“, נ״י, 1938, 127 ז׳; די מלחמות פון די חשמונאים, 1940, 358 ז׳; מדינה וחכמיה — העברעאישער לעקסיקאָן פון גאַליצישע שרײבער, נ״י, תרצ״ד; מײנע זכרונות, פ״ג פון פאַרבאַנד פון די פּױלישע ײדן איז אַרגענטינע, ב. אײרעס, 1953, 429 ז׳. — זײנע פּאָפּולער־היסטאָרישע און מעמואַריסטישע װערק האָבען אַ באַדײטנדיקן װערט.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב 1; ז. זילבערצװײג, טעאַטער־לעקסיקאָן, ב 1; אברהם רײזען, עפּיזאָדן פון מײן לעבן, 3, װילנע, 1935; ז. רײזען, „גאַליציע אין דער ײדישער קולטור“, יובל־בוך 30 יאָר קענעדער אָדלער, 1938; ד״ר י. טענענבױם, גאַליציע מײן אַלטע הײם, פ״ג פּױלישע ײדן, ב״א, 1952; יעקב מעסטל, 70 יאָר טעאַטער־רעפּערטואַר, נ״י, 1954; א. גאַלדבערג, דער תלמיד חכם גרשם באַדער, יאָרבוך פּױלישע ײדן, 1938; מ. ראַװיטש, „גרשם באַדער“, קענעדער אָדלער, 29 נאָװ., 1953; ד״ר י. קלוזנר, הסטוריה של הספרות העברית החרשה, כרך ב.
