ליטעראַרישער פּסעװדאָנים פון ד״ר איסידאָר (ישראל) עליאַשעװ. געב. אין קאָװנע, ליטע. זײן פאָטער, שלמה־זאַלקינד עליאַשעװ, האָט געהאַט אַ גרױסן מאַנופאַקטור־געשעפט און איז געװען אײנער פון די חשובסטע באַלעבאַטים אין שטאָט. ער האָט געשטאַמט פון אַ שײנער משפּחה אין זשאַגער, ליטע (פון די „חכמי זשאַגער“; ר׳ חײם זאַק און די מאַנדעלשטאַמס זײנען געװען מיט אים שװעסטערקינדער). ער איז אין דער יוגנט געװען „אַ האַלבער משכיל, געלײענט דײטשע ביכער, געװען אַ פײנער העברעער, אַן אָנגעשטאָכענער פון די ערשטע השכלה־ספרים“ (װי בעל־מחשבות אַלײן דערצײלט אין זײנע מעמואַרן), אָבער נאָך דער חתונה, אונטער דער װירקונג פון „חברה מחזיקי הדת“, װי אױך אַ דאַנק זײן אײגענער טיף רעליגיעזער נאַטור, איז שלמה־זאַלקינד צוריקגעקומען צו גאָסטפאָרכטיקער ײדישקײט, און אין די 70קער יאָרן, אונטער דער השפּעה פון ר׳ ישראל סאַלאַנטער, האָט ער זיך אַ קער געטאָן צו די מוסרניקעס. בעל־מחשבות האָט אױפן גאַנצן לעבן פאַרגעדענקט יענע צײט, װען זײן פאָטער פלעגט אים, אַ קלײנעם ײנגל, אָפט מיטנעמען מיט זיך קײן סלאָבאָדקע, אַ פאָרשטאָט פון קאָװנע, צו די דרשהס פון ר׳ איצעלע פּעטערבורגער, אַ פירער פון די מוסרניקעס, װאָס „ער פלעגט האַלטן פאַרן עולם אין דער טונקלקײט, צװישן מנחה און מעריב“. באַזונדערס טיף האָבן זיך אים אײנגעקריצט אין זכרון „דער אומעט און דער שױדער“, װאָס פלעגן אים אַרומנעמען, װען ער פלעגט נאָך דער דרשה מיט אַ מאָל דערהערן „דעם כאָר פון װײנענדיקע קולות: שובה אלינו ונשובה“, „מאין באת ולאן אתה הולך“. פון דער צװײטער זײט, האָט אױף דעם יונגן ישראלן געהאַט אַ השפּעה זײן מוטער, חיה־שרה זאַלקעס, אַ געבאָרענע אַראָנסאָן, פון קאַלװאַריע, סואװאַלקער געגנט. אַ גרױסע אשת חײל, אַ שטאָט־חכמה, אַ פרױ פון אַלטן דור, אָבער מיט אַ סך פאַרשטענדעניש אױך פאַר די יונגע, איז זי געװען ניט נאָר באַהאַװנט אין סידור, מחזור און טײטש־חומש, — זי האָט זיך שפּעטער אױסגעלערנט צו פאַרשטײן אױך דאָס, װאָס אירע געראָטענע קינדער און אײניקלעך האָבן אַרױסגעבראַכט אױף זײערע „שבעים לשונות“. זי האָט ניט בלױז געפירט די װירטשאַפט אין שטוב, זי האָט אַרױסגעהאָלפן דעם מאַן אין זײנע געשעפטן, זי האָט געבאָרן און אױפגעהאָדעװעט אַכט קינדער. אַלע האָבן זײ שטודירט, אײניקע — פאַרענדיקט אוניװערסיטעטן. אײנער פון אירע זין איז שפּעטער געװאָרן אַ באַרימטער שאַך־שפּילער, אַ ײנגערע טאָכטער איז געװאָרן די שריפטשטעלערין, ד״ר אסתר עליאַשעװ, צװײ פון די אײניקלעך זײנען די באַקאַנטע ברידער שטײנבערג, יצחק־נחמן און אהרן. איסידאָר (ישראל) איז אַזױ אַרום געװאַקסן אין אַן אַטמאָספערע פון אַלטער ײדישקײט, פון אײן זײט, און פון רוסיש, דײטש, פראַנצײזיש און קלאַװיר־שפּילן, פון דער אַנדערער זײט. צו צען יאָר האָט אים דער פאָטער, אָבער, אַװעקגעשיקט קײן גראָבין, קורלאַנד, לערנען אין דער ישיבה פון די מוסרניקעס, װאָס ר׳ ישראל סאַלאַנטער האָט געהאַט געגרינדעט פאַר באַלעבאַטישע קינדער, װאָס האָבן געזאָלט װערן שפּעטער ניט קײן רבנים, נאָר סוחרים. אין דעם „פרומען פּאַנסיאָן“, װי ב׳מ׳־עס פאָטער האָט עס גערופן, האָט מען געלערנט אױך װעלטלעך װיסן: דײטש, געאָגראַפיע, אַריטמעטיק, אָבער דער עיקר איז געװען מוסר. אין זײנע מעמואַרן גיט ב׳מ׳ אַ בילדלעכע שילדערונג פון דעם לעבן אין דער גראָבינער ישיבה, װאו ער האָט פאַרבראַכט צװײ יאָר. צוריקגעקומען אַהײם, האָט ער נאָך אַ לאַנגע צײט געלערנט גמרא בײ פאַרשײדענע מלמדים אונטער דעם פאָטערס השגחה. שפּעטער איז ער אַװעק קײן אױסלאַנד שטודירן. געענדיקט אַ רעאַל־שול אין װינטערטור, לעבן ציריך, שװײץ, נאָך דעם — מעדיצין און נאַטור װיסנשאַפט אין די אוניװערסיטעטן פון הײדעלבערג און בערלין. אין זײנע ערשטע אוניװערסיטעט־יאָרן איז ב׳מ׳ געשטאַנען נאָענט צו דער גרופּע נאַציאָנאַל־געשטימטע סטודענטן מיט נחמן סירקין בראש — צו דער גרופּע, װאָס האָט געזוכט אַ סינטעז צװישן ײדישן נאַציאָנאַליזם און מאַרקסיזם, שפּעטער, אָבער, איז ער געװאָרן אַ „תלמיד פון הערצלישן ציוניזם“. אים האָט צוגעצױגן די אַפּאָסטאָלישע ראָלע פון אַ יונגן ציוניסט, װאָס גאַרט צו קריטיקירן די ײדישע קעגנװאַרט און שטרעבט צו װעקן העראָאישע געפילן בײ אַ פאָלק שוסטער, שנײדער און פּעדלער“ (ב׳מ׳ — 25 יאָר ליטעראַטור).
אָנגעהױבן שרײבן האָט ב׳מ׳ אין דײטש און אין רוסיש. זײן ערשטער ליטעראַרישער פּרואװ אין ײדיש איז געװען עפּעס אַ מין פעליעטאָן א״ט עס קאָכט און עס רודערט אין שטעטל אפיקומן, װאָס ער האָט פאָרגעלײענט אין אַ סטודענטן־פאַראײן אַרום 1895. אין 1897 האָט ער אָפּגעדרוקט אין אַ ײדישער צײטונג אין רומעניע אַ האַלב בעלעטריסטישע זאַך א״נ ישראליק איז קראַנק (אַ חנוכה־פאַנטאַזיע); אין זײנע „געקליבענע שריפטן“ געפינט זיך עס צװישן די „איראָנישע מעשהלעך“. ב׳מ׳ האָט, אָבער, דעמאָלט נאָך ניט געטראַכט צו װערן אַ ײדישער שריפטשטעלער, — „אָנצוטאָן אױף זיך די עפּאָלעטן פון אַ ליטעראַט“. ערשט אין 1899 האָט אים ד״ר יוסף לוריע, זײנער אַ חבר פון די בערלינער סטודענטן־קרײזלעך, „מיט גװאַלד אַרײנגעצױגן“ אין דעם קרײז פון מיטאַרבעטער פון דער יוד, װאָס לוריע האָט רעדאַקטירט. אין יוד זענען געדרוקט געװען די ערשטע צװײ זאַכן בעל־מחשבותעס: דעם 22 נאָװ. — דער האַלב בעלעטריסטישער אַרטיקל חנוכה־בלעטיל און דעם 23 דעצ. — אַ קריטיש אַרטיקעלע װעגן מאָריס ראָזענפעלד א״נ אַ זשאַרגאָנישער פּאָעט, בײדע זאַכן אונטערגעשריבן — ד״ר איס־על. פון 1900 אָן האָבן זיך אין יוד געדרוקט אַ סך אַרטיקלען זײנע מיט דער זעלבער אונטערשריפט אָדער מיט די איניציאַלן א. ע. 1901 האָבן זיך אינעם יוד אָנגעהױבן דרוקן זײנע רעגולערע ביכער־איבערבליקן א״פּ בעל מחשבות. סוף 1901 איז אין יוד דערשינען ב׳מ׳־עס ערשטער אַרטיקל װעגן ממ״ס א״נ „שלום יעקב אַבראַמאָװיץ“ (אין די „געקליבענע שריפטן“ גײט עס א״נ ר׳ מענדעלעס װעגעלע) און אין 1902 איז אין די יודישע פאַמיליע, קראָקע, א״פּ „גר צדק“, דערשינען זײן צװײטער אַרטיקל װעגן ממ״ס — די ערשטע גרױסע קריטישע אַרבעט זײנע — (שלום־יעקב אַבראַמאָװיץ אין די „געקליבענע שריפטן“), װי אױך זײן ערשטע אַרבעט װעגן ײדיש א״נ „די זשאַרגאָנישע ליטעראַטור און אירע בעסטע שרײבער“ (אין די „געקליבענע שריפטן“, עטװאָס געקירצט צום סוף, א״נ דער זשאַרגאָן, װי מען האָט דאַן גערופן ײדיש). אין 1899 האָט זיך ב׳מ׳ צום ערשטן מאָל באַװיזן אין פּרצעס שטוב אין װאַרשע און אין 1901 האָט ער זיך באַזעצט אין װאַרשע. פון דאַן אָן האָט מען דעם נאָמען „בעל מחשבות“ געקאָנט געפינען אין די װיכטיקסטע ײדישע צײטשריפטן פון יענע יאָרן, װי: דער פּעטערבורגער פרײנד (שפּעטער אױך אין דעם ליטעראַרישן זשורנאַל דאָס לעבן); דער װעג, װאו ב׳מ׳ איז שפּעטער געװען אַ געװיסע צײט רעדאַקטאָר פון דער ליטעראַרישער אָפּטײלונג, סאָקאָלאָװס טעלעגראַף, פּרצעס די יודישע ביבליאָטהעק; די אַמעריקאַנער — דער אידישער קעמפער און די צוקונפט (אָפּגעדרוקט דאָ דאָס זיבעלע, אַ פּאַמפלעט װעגן דעם אוגאַנדע־פּראָיעקט) אין רומענישע בלעטער, אין הצפירה, הצופּה, ספרות א״אַ. אױסער ליטעראַרישע קריטיק האָט ב׳מ׳ אין די אַלע אױסגאַבעס פאַרעפנטלעכט פּובליציסטישע און פּאָפּולער־װיסנשאַפטלעכע אַרטיקלען, האַלב בעלעטריסטישע עסײען, פעליעטאָנען, לידער, װי אונטער די אַלטע נעמען, אַזױ אױך א״פּ װערידאַ, צװילינג א״אַ. אין אָט דעם ערשטן פּעריאָד פון זײן שאַפן (1901־ 1908) האָט ב׳מ׳ פאַרעפנטלעכט דעם גרעסטן טײל פון זײנע מער װאָגיקע ליטעראַריש־קריטישע און ליטעראַריש־פּובליציסטישע אָפּהאַנדלונגען (װעגן ממ״ס, י. ל. פּרץ, שלום עליכם, שלום אַש, יעקב דינעזאָן, ש. פרונ, דוד פּינסקי, ה. ד. נאָמבערג, ערשטער אַרטיקל װעגן א. מ. װײסענבערג, מ. ז. פײערבערנ, אַנטאָן טשעכאָװ, נ. ק. מיכאַילאָװסקי, די געשיכטע פון ײדיש, צװײ שפּראַכן — אײן־אײנציקע ליטעראַטור א״אַ).
אין 1905 האָט ב׳מ׳ אָפּגעגעבן מלוכה־עקזאַמען און באַקומען דאָס רעכט צו פּראַקטיקירן מעדיצין אין רוסלאַנד, אָבער פאַקטיש האָט ער געקוקט אױף זײן מעדיצינישער פּראָפעסיע װי אױף אַ בײזאַך, זײן באַרוף איז געבליבן ליטעראַטור. 1906 האָט ב׳מ׳ געלעבט אין װילנע, מיטגעאַרבעט אין די צײט, דאָס יודישע פאָלק, הזמן א״אַ אױסגאַבעס. אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז ער אַריבערגעפאָרן קײן קאָװנע, װאו ער האָט זיך פאַרנומען מיט מעדיצינישער פּראַקטיק. פון דאָרט איז ער שפּעטער אַװעק קײן ריגע, װאו ער האָט רעדאַקטירט די יודישע שטימע (דערשינען טעגלעך פון 13 אױגוסט ביזן 21 אָקטאָבער 1910) און גלײכצײטיק זיך אָפּגעגעבן מיט זײן פּראָפעסיע. אין ריגע האָט ב׳מ׳ געהאַט אַן אױסעראָרדנטלעכע איבערלעבעניש. נאָך װען ער האָט געלעבט אין װילנע, האָט מען אים צוגעצױנן צום געריכט פאַר אַ באַגײסטערטן אַרטיקל װעגן דער רוסישער רעװאָלוציאָנערין מאַריאַ ספּירידאָנאָװאַ. מען האָט אים פאַרמשפּט צו 2 חדשים תפיסה, אָבער אָפּגעלײגט דאָס אױספירן דעם אורטײל. װען ב׳מ׳ האָט געלעבט אין ריגע, איז פּאָליצײ געקומען צו אים אױפמאָנען דעם אַלטן חוב. גוטע פרײנד האָבן זיך געמיט און ער האָט דעם תפיסה־טערמין אָפּגעפּטרט אין טורמע־שפּיטאָל. צוליב דעם זעלביקן אַרטיקל, װי אױך צוליב אַן אַרטיקל װעגן דעם לייטענאַנט שמידט, דעם פירער פונעם אױפשטאַנד אױף דער קריגס־שיף „פּאָטיאָמקין“, האָט מען שפּעטער געהאַט קאָנפיסקירט די ערשטע אױפלאַגע פון זײנע „געקליבענע שריפטן“ (װילנע, 1910). 1912 איז ב׳מ׳, צוזאַמען מיט זײן פרױ און קינד, צוריק אַװעק קײן װאַרשע, װאו ער האָט רעדאַקטירט די ליטעראַרישע אָפּטײלונג אין דער טאָגצײטונג דאָס לעבן (פאָרזעצונג פון פּעטערבורגער פרײנד) און, אױסער קריטישע עסײען, געשריבן זײנע האַלב בעלעטריסטישע שטריכן און געדאַנקען, די גרעסערע קריטישע אַרבעטן פון דער צײט זײנען דרײ שטעטלעך און די לעצטע ליטעראַרישע עפּאָכע, װעגן אײנצלנע שרײבער האָט ער זיך באַנוגנט מיט קורצע ליטעראַרישע שמועסן. איבער ב׳מ׳־עס שאַפן פון אָט דעם צװײטן פּעריאָד האָט געשװעבט עפּעס אַ הױך פון טרױער. זײנע פעליעטאָנען זײנען געװאָרן איראַנישע מעשהלעך און אין זײן באַציאונג צו ײדיש־ליטעראַרישע דערשײנונגען האָט זיך אַרײנגעכאַפּט אַ פּעסימיסטישער טאָן. שװערע פּערזענלעכע איבערלעבענישן האָבן דאָ געשפּילט אַ גרױסע ראָלע: זײן אַלטע נערװען־קראַנקײט האָט אים גענומען שטאַרק מאַטערן, אױך אין זײן פאַמיליען־לעבן איז געװאָרן אַ שאַרפער ריס.
װען עס איז אױסגעבראָכן דער ערשטער װעלט־קריג, האָט מען ב׳מ־ן מאָביליזירט און אַװעקגעשיקט װי אַ דאָקטאָר אין אַ מיליטערישן שפּיטאָל אַפריער אין קאַשין (טװערער גוב.), דערנאָך — אין נערעכטאַ (קאָסטראָמער גוב.), אין צענטראַל־רוסלאַנד. די ײדישע פּרעסע איז אין 1915 פאַרבאָטן געװאָרן דורך דער צאַרישער מאַכט און עס זײנען געבליבן בלױז װאָכנבלעטער אין רוסיש. ב׳מ׳ האָט אָנגעהױבן מיטצואַרבעטן אין דער ציוניסטישער װאָכנשריפט EB ־рейская Жизньk װאו ער האָט געדרוקט אַרטיקלען אונטערן אַלגעמײנעם נאָמען исткиה (בלעטלעך), לױטן מוסטער פון די ײדישע „שטריכן און געדאַנקען“. ב׳מ׳ איז אױך אין רוסיש געװען אַ פײנער סטיליסט. צו יענער צײט געהערט זײן שאַרפע פּאָלעמיק מיט מאַקסים גאָרקין, װאָס האָט דעמאָלט (1916) רעדיאַקטירט אַ זאַמלבוך russian d ld („שוץ־שילד“) מיטן ציל צו שיצן ײדן קעגן אַנטיסעמיטיזם דורך בעסער באַקאַנט מאַכן די רוסישע באַפעלקערונג מיטן ײדישן לעבן. ב׳מ׳ האָט געזען דערין אַ פּחיתות הכבוד פאַר ײדן. זײן געמיט־צושטאַנד איז אין יענע יאָרן בכלל געװען דעפּרימירט. נאָכן אױסבראָך פון דער רעװאָלוציע (פעברואַר־מערץ, 1917) איז ער דעמאָביליזירט געװאָרן, ער איז אַריבערגעפאָרן קײן פּעטראָגראַד, װאו ער האָט זיך פאַרנומען מיט מעדיצינישער פּראַקטיק און געװאָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון פּעטראַגראַדער טאָגבלאַט, װאו ער האָט אין פאַרלױף פון 1917 און 1918 געשריבן אונטער זײנע אַלטע רובריקעס: „שטריכן און געדאַנקען“, „ליטעראַרישע שמועסן“, „קריטישע נאָטיצן“, „איראָנישע מעשהלעך“. אַ חוץ אַנדערע אַרטיקלען און פעליעטאָנען, האָט ער דאַן פאַרעפנטלעכט די סעריעס: אונדזער צװײ־שפּראַכיקע ליטעראַטור און די באַלפור־דעקלאַראַציע, אַ נײע אָפּהאַנדלונג װעגן א. מ. װייסענבערג, אַן אָפּשאַצונג פון װלאַדימיר קאָראָלענקאָ א״אַ. אַ טײל פון די אַרטיקלען, װאָס ער האָט געדרוקט אין טאגבלאט, איז שפּעטער אַרײן אין דעם באַנד אונטערן ראָד (נ״י־ בערלין, 1927). אין 1919 האָט ב׳מ׳ געלעבט אין קיעװ, װאו ס׳איז דאַן אָנגעגאַנגען אַ לעבעדיקע קולטורעלע און ליטעראַרישע טעטיקײט, אָבער ער איז געבליבן אָן אַ זײט פון דעם גאַנצן געזעלשאַפטלעכן טומל, האָט אין דער שטיל איבערגעלעבט די בלוטיקע איבערקערענישן און פּאָגראָמען, געליטן הונגער. אָנהײב 1921 האָט ער פאַרלאָזן רוסלאַנד און איז געקומען צוריק אַהײם קײן קאָװנע, װאו עס האָט געקאָכט מיט דער נאָר װאָס געשאַפענער ײדישער אױטאָנאָמיע און עס האָבן זיך צעבליט האָפענונגען אױף דעם אױפבױ פון אַ נײעם ײדישן קולטור־צענטער. אַרומגערינגלט מיט ליבשאַפט און פאַרערונג פון זײנע לאַנדסלײט, האָט זיך דער קראַנקער, אױסגעמאַטערטער שריפטשטעלער דערפילט אָפּגעפרישט און דערהױבן און מיט נײע כוחות זיך צוגעכאַפּט צו דער פּען. ער איז געװאָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין די אידישע שטימע, װאו ער האָט געפירט אַ ליטעראַרישע אָפּטײלונג, געשריבן אַרטיקלען און פעליעטאָנען. אין זײן באַנײטער סעריע ליטעראַרישע שמועסן האָט ער זיך אָפּגערופן אױף די נײסטע דעשײנונגען אין דער ײדישער ליטעראַטור, װאָס ער איז אַזױ לאַנג געװען פון איר אָפּגעריסן. יונגע ײדישע שרײבער פון גאָר דער װעלט האָבן געשיקט צו אים זײערע װערק און געװאַרט אױף זײן קריטישער אָפּשאַצונג. 1921 איז ב׳מ׳ געװען אױפן 12טן ציוניסטישן קאָנגרעס אין קאַרלסבאַד און פון דאָרטן איז ער אַריבערגעפאָרן קײן בערלין, װאו ער איז געװאָרן דער רעדאַקטאָר פון דער ײדישער אָפּטײלונג פון „כלל־ פ״ג“. ער האָט פון דאָרט אױך געשריבן פאַרן מ.־ זשורנאַל,דער אַמעריקאַנער, נ״י, און פון צײט צו צײט אױך פאַרן מאָמענט, װאַרשע.
דעם 14טן יולי, 1923, האָט מען אין בערלין געפּראַװעט דעם יובילײ פון זײנע 25 יאָר ליטעראַרישע טעטיקײט. די אַלגעמײנע סימפּאַטיע, װאָס די געשעעניש האָט אַרױסגערופן אין גאָר דער ײדישער װעלט, האָט אױף דעם קראַנקן, פאַראײנזאַמטן שריפטשטעלער (מיט דער פרױ איז ער געװען שױן לאַנג געגט און דער אײנציקער זון האָט געלעבט מיט דער מוטער) געהאַט אַ דערפרישנדיקע און דערמונטערנדיקע װירקונג; ער האָט גענומען מאַכן נײע ליטעראַרישע פּלענער, געטראַכט װעגן אַ רײזע קײן אַמעריקע. דאָס אַלץ האָט זיך, אָבער, אַרױסגעװיזן צו זײן ניט מער װי אַ בליץ אין דער פינצטער. זײן דעפּרעסיע האָט זיך צוריק אומגעקערט צו אים — און נאָך מיט מער שװערקײט. זײן לאַנגיאָריקע קראַנקײט, װאָס ער האָט אין די לעצטע צװײ יאָר געפּרואװט הײלן אין די קוראָרטן פון דײטשלאַנד און איטאַליע, איז געװאָרן אַלץ ערגער און ערגער, ער איז אַװעק אין אַ סאַנאַטאָריום אין טעגעל, הינטער בערלין, ער האָט דאָרט, אָבער, געהאַט אַ נײע אַטאַקע. ער איז װידער אָװעק קײן איטאַליע, אָבער אים איז געװאָרן נאָך ערגער. ער האָט דערשפּירט, אַז עס קומט דער סוף, און עס האָט אים אַ צי געטאָן אַהײם. דאָס איז געװען זײן לעצטע רײזע. געקומען צוריק צו דער אַלטער מוטער, אין דער גרױסער, רחבותדיקער שטוב, װאו ער איז געבױרן געװאָרן און זיך געהאָדעװעט, האָט ער זיך אַרײנגעלײגט אין בעט און, ניט געקוקט אױף דער געטרײסטער אױפפּאַסונג און אױף דער הילף פון מעדיצינישע ספּעציאַליסטן, װאָס מען האָט אַרױסגערופן פון דײטשלאַנד, איז ער דעם 13טן יאַנואַר, 1924, געשטאָרבן. ער איז אין גאַנצן אַלט געװען 52 יאָר. די לװיה האָט די קאָװנער ײדישע קהילה דורכגעפירט אױף איר חשבון, די ײדישע באַפעלקערונג פון קאָװנע איז יענעם טאָג געװען אונטערן צײכן פון טיפן טרױער.
ב׳מ׳ איז ניט בלױז געװען דער ערשטער מאָדערנער קריטיקער אין דער ײדישער ליטעראַטור; ער האָט דער ערשטער אַרײנגעבראַכט דעם עצם באַגריף פון אײנהײטלעכקײט אין דער ײדישער ליטעראַטור. זײן נאָמען װערט געשטעלט אין אײן שורה מיט די נעמען פון אונדזערע קלאַסיקער: מענדעלע, שלום עליכם, פּרץ. צוזאַמען מיט זײ האָט בעל־מחשבות געהאָלפן לײגן די פונדאַמענטן פון דער מאָדערנער ליטעראַטור אין ײדיש.
ב׳מ׳־עס װערק זײנען אַרױס אין בוכפאָרם א״ט געקליבענע שריפטן אין 5 ב., װילנע, 1910 (איבערגעדרוקט אין װילנע, 1923, און אין װאַרשע, 1929). 1922 איז אין „כלל־פ״ג“, בערלין, אַרױס אין בראָשור־פאָרם דאָס דרום־יידנטום און די ײדישע ליטעראַטור אין 19טן י״ה (צו ערשט געדרוקט אין צוקונפט, נ״י, יאַנ.־מערץ, 1922). 1927 איז אַרױס אונטערן ראָד (נ״ו־בערלין), אַ זאַמלונג פון זײנע פּובליציסטישע װערק. 1953 זײנען דערשינען אין דער „ל. מ. שטײן־פאָלקס־ביבליאָטעק“ (נ״י, 336 ז׳) זײנע געקליבענע װערק (איבערגעדרוקט פון פריערדיקע אױסגאַבעס און זשורנאַלן). אין די דאָזיקע אױסגאַבעס איז אַרײן דער גרעסטער טײל פון אַלץ, װאָס ב׳מ׳ האָט געשריבן ביז די יאָרן 1921–1923; זײנע שריפטן פון די לעצטע צװײ יאָר זײנען נאָך אַלץ צעװאָרפן איבער פאַרשײדענע זשורנאַלן און צײטונגען. — ב׳מ׳ האָט אױך געמאַכט די װײטערדיקע איבערזעצונגען: אַלט־נײלאַנד, פון ד״ר הערצל; קאָזאַקן. פון ל. טאָלסטאָי, מיט אַ פאָררעדע פונעם איבערזעצער; פאָטערס און קינדער, פון טורגעניעװ, 1טער טײל; פאַר װאָס האָב איך ניט חתונה געהאַט? און אַנדערע נאָװעלעס, פון ל. מעריק, מיט אַ פאָררעדע פונעם איבערזעצער: אַ גלגול פון אַ נשמה, פון האַנס קיפּער (געדרוקט אין װאָכנבלאַט פון פריינד, נומ. 58, 1913); אַ דרײ צענדליק איבערזעצונגען פון דער אײראָפּעאישער ליטעראַטור — צעװאָרפן איבער צײטונגען און זשורנאַלן; דאָס לעבן אין דער נאַטור, פון י. יעלאַטשיטש (צו ערשט אין קיעװ, 1918, דאַן איבערגעדרוקט איז װילנע, 1922); זאָאָלאָגיע און דער מענטש, פון אָטאָ שמײל. ב׳מ׳ האָט אױך צונױפגעשטעלט די בראָשור: װאָס מוז איטלעכער װיסן װעגן אַזיאַטישער חאלערע? (פּט״ב, 1918). ער האָט רעדאַקטירט די געשיכטע פון דער יודישער ליטעראַטור, פון ד״ר מ. פּינעס. ער איז אױך געװען מיטרעדאַקטאָר פון מינסקער פ״ג „קולטור“ און פון דער סעריע „פאָלקס־אוניװערסיטעט“ בײ פ״ג „יהודיה“. אױסער די צײטשריפטן, װאָס זיינען אױבן אױסגערעכנט געװאָרן, האָבן זיך ב׳מ׳־עס שריפטן געדרוקט אױך אין די זמ״ב פאָלק און לאַנד, װעלט־אײן, װעלט־אױס און אין די העברעאישע הד הזמן, הבוקר,הדור, המעורר, רשפים א״אַ. אַן אױסװאַל פון זײנע אַרטיקלען אין העברעאיש (אַלע איבערגעזעצט; ב׳מ׳ אַלײן האָט קײן העברעאיש ניט געשריבן) איז אַרױס אין פ״ג „ספרות“. ער האָט פון צײט צו צײט געדרוקט אַרטיקלען אױך אין די צײטשריפטן
Die Welt Ost und West, Jüd. Almanach, Восход, Разсвѣт, Glos Zydowski א״אַ. װעגן ניט־ײדישע שרײבער האָט ב׳מ׳, צ״אַ און אױסער די שױן דערמאָנטע, געשריבן װעגן אָסקאַר װײלד, רבעטער־קריגס־פּאָעזיע אין דײטשלאַנד, ל. טאָלסטאָי, ל. אַנדרעיעװ, מולטאַטולי, נ. הױפּטמאַן א״אַ.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, 2, 1927, 744–766 (מיט אַ לענגערער ביבליאָגראַפיע); ז. זילבערצװײג, טעאַטער־לעקסיקאָן, נ״י, 1931, 189–191; ,UJE ב. 4, נ״י, 1941, ז׳ 68; בעל־מחשבות: (1) „גראָבין“, העבר. פּט״ב, 1918; (2) י„אַ מענטש — אַ לעבן“, דער אַמעריקאַנער, נ״ .י, 1922, און „בעל־מחשבות װעגן זיך אַלײן“, געקליבענע װערק. נ״י, 1953; (3) „25 יאָר ליטעראַטור“, מ.־זשורנאַל, נ״י, 31 דעצ., 1922, און געקליבענע װערק (נ״י, 1953); (4) בריװ פון ב׳מ׳, צוקונפט, נ״י, אױג., 1928, און ײדישע קולטור, נ״י, יאַנ., 1954; ד״ר שמואל אלישוב (פרידמאַן), „די משפּחה עליאַשעװ אין קאָװנע“, ליטע. ב. 1, נ״י, 1951, 1313–1372, און געקליבענע װערק פון ב׳מ׳, נ״י, 1953, ז״ז 7–11; ד״ר י. נ. שטײנבערג, „מײן באָבע חיה־שרה“, ליטע. ב. 1, נ״י, 1951, 1309–1314; ד״ר א. מוקדוני, „אַ יאָר אין דער ליטװישער מלוכה“, ליטע. ב. 1, נ״י, 1951, 1080–1086; ש. ניגער: (1) לעזער, דיכטער און קריטיקער, נ״י, 1928, 495–565; (2) ליטע, ב. 1, נ״י, 1951, 1045— 1072; (3) צוקונפט, נ״י, אַפּריל, 1928, מערץ, 1934, און אַקט., 1949; נ. מײזיל, ליט. בלעטער, װאַרשע, נומ. 6, 1934, און ײדישע קולטור, נ״י, יאַנ., 1949; מ. גערץ, 25 יאָר ײדישע פּרעסע אין לעטלאַנד, ריגע, 1933, און ליט. בלעטער, װאַרשע, נומ. 3, 1932; אברהם רײזען, עפּיזאָדן פון מײן לעבן, ב 1, 2, 3, װילנע, 1929–1935; נ. ב. מינקאָװ, זעקס ײדישע קריטיקער, ב. אײרעס, 1954, 227–290.
י. כ־ש
