געב. אין דער ײד. קאָלאָניע קױטשיץ, באָברױסקער געגנט, װײסרוסלאַנד. געלערנט איז תלמוד־תורה און אין אַ ישיבה. געװען דערנאָך אַ סטאָליאַר־געזעל, שפּעטער אַ תבואה־סוחר. אין 1901 אױסגעװאַנדערט קײן אױסלאַנד, זיך באַזעצט אין קאָפּענהאַגען, װאו (אױך א״פּ בן־שמואל) מיטגעאַרבעט אין די אָרטיקע ײדישע צײטשריפטן. רעדאַקטירט די זשורנאַלן דער אמת און שפּעטער די נײע צײט (אָנגעהױבן צו דערשײנען אין אָקטאָבער, 1923) און אָנגעשריבן אַן אַרבעט: פרעדעריציא און איהר יודישע געמײנדע. 1921 אַרױסגעגעבן די געשיכטע פון די יודען אין דענעמאַרק. 1 העפט — די יודען אין דענעמאַרק אין 16–17 יאָהרהונדערט, 48 ז׳. אין 1922 אָנגעהױבן צו דרוקן אין קאָפּענהאַגענער מאָנאַט־שריפט יוגענד שטימע זײן איבערזעצונג פון דעם באַרימטן פילאָסאָ־פישן ספר בחינות עולם פון ידעיה הפּניני. א׳ האָט אױך איבערגעזעצט פון דעניש אױף ײדיש מאיר גאָלדשמידטס (1819–1887) לעבענס ערינערונגען און רעזולטאַטען (די ערשטע צװײ קאַפּיטלען פון בוך), קאָפּענהאַגען, 1923, 58 ז׳, און אױסגעװײלטע שריפטן. דערצײלונגען און שילדערונגען (דערשינען 3 העפטן), קאָפּענהאַגען, 1924–1926 (ערשטע העפט, 51 ז׳).
ז. רײזען, לעקסיקאָן. ב. 1.
