פּסעװדאָנים פון חײם־זאב רײקין. געב. אין שטעטל סטעפּעניץ, קיעװער געגנט, בײ פאַרמעגלעכע עלטערן. געלערנט איז חדר, ישיבה, קיעװער פּאָליטעכניקום און אין דער טעאַטער־סטודיע פון מאָסק. קונסט־טעאַטער. אַקטיאָר פון דער „הבימה“. ביז 1926 אין סאװעט־רוסלאַנד, דערנאָך איז אַמעריקע, װאו געװען טעטיק װי אַ רעזשיסאָר אין ניו יאָרק. לעקטאָר פון דראַמע אין בראַנדײס־אינסטיטוט אין קאַליפאָרניע. אָנגעהױבן דרוקן אַרטיקלען װעגן טעאַטער־ענינים און רעצענזיעס װעגן טעאַטער אין טאָג, נ״י. באַטײליקט זיך אױך אין צוקונפט, הדואר, טעאָליט, ײדישע קולטור, מ.־זשורנאַל — נ״י, אידישע צײטונג, פילאַדעלפיע, ליטעראַרישע בלעטער, װאַרשע, א״אַ. מחבר פון אײניקע אײנאַקטערס, װאָס זײנען געשפּילט געװאָרן אין ניו יאָרק, מאָנטרעאל א״אַ שטעט, און פון בוך הבימה, פ״ג ל. מ. שטײן, שיקאַגאָ, 1937, 354 ז׳ (אַ צװײטע אױפלאַגע — 1944), פּרעמירט פון אַלװ. ײדישן קולטור־צוזאַמענפאָר, פּאַריז, 1937.
ב. ריװקין, צוקונפט, נ״י, אָקט., 1937; מ. עלקין, ײװאָ־ בלעטער, 18(1941), 248–255.
