די דיכטערין רבקה באַסמאַן דערצײלט: „זײענדיק אין ריגער פרױען־לאַגער, האָב איך זיך צופעליק פאַרבונדן מיט אַ ײדישן דיכטער פון אַ צװײטן לאַגער מיטן נאָמען אַ. בלאָך… ביז הײנט האָב איך פון אים גאָרנישט געהערט. אונדזער גאַנצע פאַרבינדונג האָט זיך אױסגעדריקט אין געהײמע בריװ אין דער פאָרם פון לידער. אין יענע שרעקלעכע צײטן האָט פון זײנע לידער־בריװ געאָטעמט מיט האָפענונג, גלױבן און זײער אַ סך טרײסט. אונדזער שריפטלעכע פאַרבינדונג האָט זיך שנעל איבערגעריסן, און דער אומבאַקאַנטער דיכטער איז ביז הײנט געבליבן פאַר מיר אַ טרױעריקע און װאַרעמע דערמאָנונג“.
מיטגעטײלט דורך ר. באַסמאַן אין אַ בריװ צום לעקסיקאָן; באַציט זיך צו די יאָרן 1943–1944.
