טאָכטער
פון פּיעסעס־שרײבער און טעאַטער־טוער יהודה־לײב
בױמװאָל. דיכטערין און פּראָזע־שרײבערין אין
סאָװ. רוסלאַנד. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה
עװאַקואירט געװאָרן קײן טאַשקענט, מיטל־אַזיע. אָנגעהױבן דרוקן לידער אין פּיאָנער, קינדער־זשורנאַל,
מאָסקװע, נומ. 3, 1926. געדרוקט אין אײניקײט,
מאָסקװע, נײע פּרעסע, פּאַריז, א״אַ. אין בוכפאָרם:
פּיאָנערן, קינדער ־ לידער, מאָסקװע, 1934, 87 ז׳;
טאַרע, לידער, מאָסקװע, 1934, 14 ז׳ ; לידער, מינסק,
1936, 80 ז׳; בערטשוק, ברוך, אַ קינדער־מעשהלע אין
פערזן, מינסק, 1936, 22 ז׳; דאָס טאַנעלע — קינדער־
לידער, מאָסקװע, 1938, 15 ז׳; ליבשאַפט, לידער,
מאָסקװע, 1947, 141 ז׳. ב׳ האָט געהערט צו די מער
טאַלענטירטע סאָװעטיש־ײדישע דיכטערינס פון ײנגערן דור. איר װײטערדיקער גורל איז נישט באַקאַנט.
ב. י. ביאַלאָסטאָצקי, יאָרבוך, נ״י, תש״ט; ה. בעריאָזקין, שטערן, מינסק, דעצעמבער, 1937; אײניקײט, מאָסקװע, 1 יאַנ., 1947; א. קושניראָװ, נײע פּרעסע, פּאַריז, 27 יולי, 1945.
