סאָװעטיש־ײדישער שרײבער. געב. ערגעץ אין פּױלישן װאָלין. אַ תושב פון ביראָבידזשאַן. אַ צײט געלעבט אין בראַזיל און איז אַנדערע לענדער. מיטגעאַרבעט אין מאָרגנפרײהײט און אין אַנדערע אױסגאַבעס. אין בוכפאָרם: עס פלאַטערט די רױטע פאָן. כאַרקאָװ, 1932, 79 ז׳; אין אָקופּירטן װאָלין (פאַרצײכענונגען), כאַרקאָװ־קיעװ, 1934, 104 ז׳; ריאָ־דע־זשאַנײראָ, ראָמאַן, קיעװ־כאַרקאָװ, 1936, 252 ז׳. גורל נישט באַקאַנט.
נ. פרידמאַן, אײניקײט, מאָסקװע, 17 מאַי, 1947; ביבליאָגראַפישער אַרכיװ פון דער ײד.־סאָװעטישער ליטעראַטור, ײװאָ, נ״י.
